קדושת ליל הושענא רבה
דער מנהג איז געווען צו בלאזן שופר הושענא רבה (כמקובל אצלינו ממרן הייטב לב זי"ע, ועיין בייטב פנים מאמר שואגים ד"ה וע"ד רמז), פארוואס בלאזט מען שופר הושענא רבה? ווייל תקיעת שופר קומט מעורר זיין לתשובה, הושענא רבה קומט עס אויך מעורר זיין לתשובה, ממילא די זעלבע געלעגנהייט וואס מ'האט ראש השנה, די זעלבע געלעגנהייט געבט מען הושענא רבה.
ראש השנה איז דער ערשטער טאג פון די ימים נוראים, און הושענא רבה איז דער לעצטער טאג פון די ימים נוראים, איז דאס וואס מ'געבט דעם ערשטן טאג, געבט מען אויך דעם לעצטן טאג.
שופר מיינט שפר"ו מעשיכם (ויק"ר פכ"ט ס"ו), מען בלאזט שופר הושענא רבה צו דערמאנען אז מ'דארף פארבעסערן די מעשים, יעדער איינער פאר זיך, מ'דארף נישט זאגן איינער פאר'ן צווייטן, נאר יעדער פאר זיך, יעדער הערט תקיעת שופר, אבער יעדער איינער דארף דערהערן פאר זיך דעם תקיעת שופר, ס'זאל נתעורר ווערן דאס הארץ צו עבודת ה', לעבדו בכלל לבבו ובכל נפשו, מקבל צו זיין נזהר צו זיין אין מצות ה', און חלילה נישט טון א זאך וואס מ'טאר נישט, דער אייבערשטער האט געזאגט ווען מען דארף צו טון, און וואס מען טאר נישט טון, מען דארף נזהר זיין אין ביידע, וואס מ'טאר נישט טון, טאר מען נישט טון, און וואס מ'דארף יא צו טון, דארף מען צו טון.
דארף מען זיך מקבל צו זיין אין אזא צייט די נאכט פון הושענא רבה, אזא הייליגע נאכט - ס'איז דא עטליכע הייליגע נעכט וואס אידישע קינדער האבן אין יאר, הושענא רבה ביינאכט איז איינס פון די הייליגע זמנים, די ערנסטע זמנים, וואס מ'דארף זיך מקבל זיין.
כ'האב אינזין געהאט אזוי ביים ליינען משנה תורה, מ'האט געליינט דעם פסוק (דברים ד ד) ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום, דער פסוק האט זיבן ווערטער, דאס איז קעגן די זיבן טעג פון סוכות, דער ערשטער טאג איז 'ואתם', דער צווייטער טאג איז 'הדבקים', און אזוי ווייטער, הושענא רבה איז 'היום'.
ווען אידן האבן געהערט די תוכחות פון משנה תורה, הוריקו פניהם, זיי האבן געהערט אזעלכע שרעקליכע זאכן, משה רבינו האט מחזק געווען כלל ישראל, האט ער זיי געזאגט אתם נצבים היו"ם, עס קומט אזא טאג ווי הושענא רבה, אין דעם טאג פון הושענא רבה וועט מען קענען מהפך זיין די אלע קללות צו ברכות, מ'וועט זאגן 'הושענא למען אלקינו', און מען וועט מהפך זיין די אלע קללות צו ברכות. דאס איז אתם נצבים היום, היו"ם איז הושענא רבה דער זיבעטער טאג פון יום טוב סוכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן, דאס וואס מען טוט איז אלעס מנהגי קודש, דער סדר פון די נאכט פון הושענא רבה שטאמט פון אר"י הקדוש (פרע"ח שער הלולב פ"ד), אז פאר חצות זאל מען ליינען משנה תורה, און נאך חצות זאגט מען תהלים. פארוואס דאס איז אזוי, פרעגט מען נישט קיין קשיות, דער אריה"ק האט אזוי געזען בשמי שמים אז אזוי דארף מען צו טון, און אזוי האבן זיך געפירט ערליכע אידן מקדמת דנא, הושענא רבה איז געווען אן ערנסטע נאכט, א הייליגע נאכט. (מתוך דב"ק ליל הושענא רבה תשפ"ו)