Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

זיך פרייען מיט די מצוה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

זיך פרייען מיט די מצוה

שטייט אין פסוק ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר וגו' ושמחתם לפני ה' אלקיכם. דער פשט איז ולקחתם לכם ביום הראשון, מ'זאל נעמען די ד' מינים, ושמחתם, מ'זאל זיך פרייען מיט דעם וואס מ'נעמט די ד' מינים, דאס איז די שמחה, א איד האט די זכיה ער נעמט די ד' מינים, א מצות עשה פון די תרי"ג מצות, ושמחתם, מיט דעם זאל מען זיך פרייען, דאס איז די שמחה !

כ'האב געזען דער רמב"ם פסק'ט אין הלכות לולב (פ"ח הט"ו) – און דער ראב"ד קריגט נישט וואס מיינט ושמחתם, זאגט דער רמב"ם אזוי,

השמחה שישמח אדם בעשיית המצוה ער זאל זיך פרייען מיט עשיית המצוה, ובאהבת האל שצוה בהן, עבודה גדולה היא, די שמחה דאס איז א געוואלדיגע עבודה, וכל המונע עצמו משמחה זו ווער ס'איז זיך מונע און ער פריידט זיך נישט מיט דעם, ראוי להפרע ממנו איז ראוי פאר א עונש שנאמר (דברים כח מז) תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה.

דער רמב"ם וואלט געקענט זאגן - ווען ער זאל גיין פרעגן אין די גאס - ושמחתם, מען דארף זיך פרייען יום טוב סוכות, וואס מיינט דאס זיך פרייען יום טוב, דער וועט זאגן מיט דעם, דער וועט זאגן דאס, מענטשן וועלן מסביר זיין וואס הייסט שמחה אין חול המועד, דער רמב"ם זאגט אבער ניין, נישט דאס איז די שמחה חול המועד, שמחה חול המועד איז שישמח האדם בעשיית המצוה.

זאגט דער מגיד משנה, ועיקר הדבר הוא, שאין ראוי לו לאדם לעשות המצות מצד שהן חובה עליו, מ'זאל נישט טוהן קיין מצוה ווייל ס'איז א חוב, אוי! איך קען נישט עסן בעפאר איך דאווען בעפאר איך לייג תפילין, אה, ער קוקט דעם זייגער, ס'וועט נעמען א שעה, איך קען נישט יעצט גיין עסן, חלילה אזוי צו זאגן, והוא מוכרח ער איז נעבעך געצווינגען ואנוס בעשייתן, איך מוז היינט דאווענען, איך מוז ליינען קריאת שמע, אלא חייב לעשותן והוא שמח בעשייתן, ער פריידט זיך ווען ער איז מקיים די מצוה, ויעשה הטוב מצד שהוא טוב, ויבחר באמת מצד שהוא אמת, ויקל בעיניו טרחן, ס'זאל אים גרינג זיין דאס וואס ער דארף זיך מטריח זיין, ס'קאסט מיר כח, ס'קאסט מיר געלט, ויבין כי לכך נוצר, אויף דעם איז ער באשאפן געווארן לשמש את קונו, וכשהוא עושה מה שנברא בשבילו ישמח ויגיל, ער זאל זיך פרייען, לפי ששמחת שאר דברים תלוים בדברים בטלים, די אלע אנדערע שמחות זענען דברים בטלים שאינן קיימים, אבל השמחה בעשיית המצות ובלמידת התורה והחכמה היא השמחה האמיתית, דאס

איז די אמת'דיגע שמחה - מ'קען מיינען מ'לערנט יעצט א שטיקל תפארת שלמה, דאס איז א מגיד משנה אויפן רמב"ם - וזהו ששלמה בדרכי מוסרו שבח שמחת החכמה ואמר (משלי כג טו) בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני, דאס מיינט ישמח לבי, שמחה של מצוה.

אונז האב מיר די זכיה צו זיצן אין די סוכה, וואס דאס איז איינס פון די תרי"ג מצות, אונז האב מיר די זכיה מקיים צו זיין שמחה, וואס דאס איז א מצוה, ושמחתם לפני ה' אלקיכם, שמחה של מצוה, און דאס זאל מען געדענקן אויף א גאנץ יאר, ושמחתם לפני ה' אלקיכם, עבודת ה' זאל זיין מיט שמחה, נישט געמאכטע שמחה, נאר טאקע אמת'דיגע שמחה, דאס הארץ זאל זיך פרייען מיט קיום המצוה, זיך פרייען מיט לימוד התורה, פקודי ה' ישרים משמחי לב איז נישט נאר א פסוק אין תהלים, דאס איז א מציאות ! דאס דארף זיין א מציאות !

דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן די זכיה מקיים צו זיין מצות ה' מיט שמחה של מצוה, די געוואלדיגע ענין פון שמחה של מצוה איז געוואלדיג גרויס, שמחה של מצוה דאס ברענגט צו געוואלדיגע זאכן, דאס הייבט א איד, דאס איז מחייב א איד, ער שפירט אז דאס איז זיין גליק ! און ווער אנטלויפט דען פון זיין גליק ? מ'דארף זיין אזוי נאריש צו אנטלויפן פון די אמת'דיגע גליקליכקייט. דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל זוכה זיין מרגיש צו זיין די שמחה של מצוה, זוכה זיין מקיים צו זיין מצות ה' בשמחה רבה. (אושפיזא דאהרן סוכות תשפ"ה)

More in this printout

View the whole printout