די ספרים הקדושים רעדן שטארק בשבח פון מדת ענוה, א מענטש דארף זיין א גרויסער עניו, מאוד מאוד הוי שפל רוח (אבות פ"ד מ"ד). שטייט אבער אין ספרים, אז בלויז מיט מדת ענוה טויג נישט, א איד דארף זיך אויך באנוצן מיט מדת הגאות. ווי עס שטייט אין קדושת לוי (פ' עקב) ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך, 'מה' איז מדת ענוה, ווי דער פסוק זאגט ונחנו מה. 'מה' ה' אלקיך שואל מעמך, דער אויבערשטער בעט אז א איד זאל זיין אן עניו, אבער נישט אלעמאל, כי אם ליראה, ווען עס האנדלט זיך צו האבן יראת שמים, דעמאלט דארף זיין ויגבה לבו בדרכי ה', האבן א גאות דקדושה. א מענטש דארף וויסן: יא, עס פאסט פאר מיר!, און איך בין מחויב צו פאדערן פון זיך צו זיין אן עובד השם!.
ס'איז באקאנט דאס ווארט פון רבי'ן ר' זושא ז"ל אויפ'ן פסוק (תהלים י ג) כי הלל רשע על תאוות נפשו, דער דרך פונעם רשע איז, אז ווען ער וויל זיך נאכגעבן זיינע תאוות, ווערט ער פלוצלינג אן עניו און שפל רוח. ער לאזט זיך אראפ און זאגט: וואס בין איך דען, ווער בין איך דען? מיט דער פאלשער ענוה ערלויבט ער זיך נאכצוגיין אפילו נידריגע תאוות, וואס פאסטן נישט פאר א איד.
דער נועם מגדים (פ' שמיני) טייטשט: זמרו ה' כי גאות עשה, א מענטש דארף האבן א גאות דקדושה, וויסנדיג אז ער פארמאגט א הייליגע און ריינע נשמה. דעריבער פאסט פאר אים צו לעבן העכער און זיך נישט אראפצולאזן צו זאכן וואס זענען נישט לויט זיין ווערד.
דער זיידע ז"ל שרייבט אין ייטב לב, פרשת נח און פרשת תצוה, אז צו קענען ריכטיג נוצן ביידע מדות - סיי מדת הגאות ווען עס פאדערט זיך גאות דקדושה, און סיי מדת הענוה צו זיין אן ענוותן ושפל רוח - דארף מען האבן דעת. מען דארף דערקענען דעם ריכטיגן מקום און דעם ריכטיגן זמן: ווען זיך צו באנוצן מיט מדת הענוה, און ווען זיך צו באנוצן מיט מדת הגאות.
ברענגט ער צו א ווארט פון קדושת לוי דער בארדיטשובער רב ז"ל, ער האט געטייטשט דעם פסוק (קהלת ב יג) וראיתי אני שיש יתרון לחכמה מן הסכלות כיתרון האור מן החושך, די גמרא אין מסכת פסחים אנהייב פרק אור לארבעה עשר זאגט, אור תרתי משמע, אור איז משמע בייטאג, און אור איז משמע ביינאכט.
אזוי איז אויך א חכם. געווענליך באנוצט ער זיך מיט מדת החכמה, ווייל ער איז א חכם. ווען עס פעלט זיך אבער אויס קען ער זיך מאכן ווי א נאר. אזוי ווי מיר געפינען ביי דוד המלך, ווען ער איז געווען ביים מלך פלשתים האט ער זיך געמאכט ווי א נאר. דער חכם קען זיך, ווען עס פאדערט זיך, באנוצן מיט חכמה, און ווען עס איז נויטיג קען ער זיך מאכן ווי א נאר. דער נאר אבער בלייבט שטענדיג א נאר; ער קען זיך נישט מאכן ווי א חכם. קומט אויס, אז דער חכם קען זיך באנוצן מיט צוויי בחינות, אבער דער נאר פארמאגט בלויז איין בחינה.
דער 'חכם' איז דעריבער גלייך צו 'אור', וואס איז תרתי משמע, ווייל אויך ער קען זיך באנוצן מיט ביידע בחינות. דער 'כסיל' איז אבער גלייך צו 'חושך', וואס האט בלויז איין באדייט. דאס זאגט דער פסוק: 'וראיתי כי יתרון החכמה מן הסכלות כיתרון האור מן החושך' - דער יתרון פונעם חכם איבערן כסיל איז ווי דער יתרון פון אור איבער חושך: פונקט ווי אור איז תרתי משמע, אזוי קען דער חכם זיך פירן מיט ביידע בחינות. אזוי טייטשט דער קדושת לוי.
איך האב אינזינען געהאט אזוי. יעדער ווייסט, מ'מאכט די נענועים מיט די ד' מינים אויף אלע פיר זייטן, און מען מאכט די נענועים מעלה ומטה, ארויף און אראפ.
די נענועים 'מעלה' לערנען דעם מענטש, אז ווען עס פאדערט זיך דארף ער מקיים זיין 'ויגבה לבו בדרכי ה''. ער דארף האבן אן התעלות, קוקן העכער, גיין אויף ארויף און זיך דערהייבן אין עבודת השם. דערנאך שאקלט מען 'מטה', צו לערנען אז א מענטש דארף אויך האבן מדת הענוה; ער דארף זיך קענען איינבייגן און זיך האלטן קליין. א איד דארף פארמאגן ביידע מדות - מדת הגאות דקדושה און מדת הענוה - און וויסן ווען צו נוצן יעדע איינע.
דערפאר טראגט מען אריין די ד' מינים אין דער סוכה. פארוואס טאקע מאכט מען די נענועים דוקא אין דער סוכה? שטייט אין זרע קודש פונעם ראפשיצער רב ז"ל, אז די סוכה איז משפיע 'דעת', ווי עס איז מרומז אינעם פסוק: 'למען ידעו דורותיכם'. כדי זיך ריכטיג צו באנוצן מיט די ביידע מדות, און צו וויסן ווען עס דארף זיין 'מעלה' און ווען עס דארף זיין 'מטה', דארף מען אריינטראגן די ד' מינים אין דער סוכה. די סוכה איז משפיע דעת און חכמה, און מיט דעם דעת קען א איד ריכטיג מאכן די נענועים מעלה ומטה - אמאל זיך דערהייבן מיט גאות דקדושה, און אמאל זיך איינבייגן מיט ענוה. (הנחת אבן הפינה לבית מדרשינו בירושלים עיה"ק יום ה' תולדות תשפ"ו)