א איד דארף טוהן א מצוה מיט אן התלהבות דקדושה, און מיט א שמחה של מצוה, די קינדער זאלן צוקוקן ווי אזוי דער טאטע איז מקיים א מצוה בדחילו ורחימו, און ס'קאכט אין אים אלע רמ"ח איברים און אלע שס"ה גידים, ער לעבט מיט א מצוה, מיט אזא מין חיות דקדושה, אז די קינדער זאלן דאס איבערנעמען, אזוי איז מען מקיים א מצוה, מיט א ברען! מיט קאך! מיט א לעבעדיגקייט! מיט א פרישקייט! מיט א גליקליכקייט!
ווען א איד האט די זכיה מקיים צו זיין א מצוה פון די תרי"ג מצוות, דארף ער שפירן אזא מין גליקליכקייט, אשרינו מה טוב חלקינו, און ווען ער מאכט א ברכה יום טוב, אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון, זאל ער דאס פילן מיט אזא מין הרגש, א קינד זאל זען ווען דער טאטע מאכט קידוש און ער זאגט אשר בחר בנו מכל עם, זאגט ער עס נישט בלויז ווייל ס'שטייט אזוי אין סידור, ווייל ס'שטייט אזוי אין מחזור, נאר ער זאל זעהן אינעם טאטן אזא מין גליקליכקייט, אז דאס איז זיין גרעסטער גליק, אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון.
מען זאגט יום טוב יעדן טאג, אתה בחרתנו מכל העמים אהבת אותנו ורצית בנו ורוממתנו מכל הלשונות, ער זאל דאס זאגן מיט אזא מין חיות און מיט אזא לעבעדיגקייט, אז ער האלט טאקע דערביי, ער שפירט אז זיין גאנצע גליק זיין גאנצע חיות זיין גאנצע לעבן, באקומט אזא מין חיות דקדושה אין א קיום המצוה, און ווען א קינד זעהט דאס צו ביי זיין טאטן, גייט דאס אים אריין אין די ביינער, און ער איז מנחיל די חיות דקדושה פאר די קינדער.
דאס איז בסוכות תשבו שבעת ימים, מ'זאל אזוי זיצן אין די סוכה, מיט אזא מין התעוררות דקדושה, מקיים זיין די מצוה מיט אזא מין חיות דקדושה, למען ידעו דורותיכם, אז די קינדער זאלן דאס וויסן, די קינדער זאלן דאס מרגיש זיין, זיי זאלן זעהן וואס דאס הייסט א טאטע לעבט מיט א מצוה, א טאטע שוועבט אין אלע עולמות, מען קען זעהן אויף זיין פנים זיין חיות דקדושה, זיין גליקליכקייט פון א קיום המצוה, און דאס גייט אריין אין די קינדער. דאס איז נישט בלויז ווייל ס'שטייט אזוי אין ספרים, נאר מ'זעהט דאס בפועל, ווען א קינד זעהט דאס אין א טאטן, ער קוקט דאס צו ביי זיין טאטן, גייט דאס אים אריין אין די ביינער אריין, און ער איז דאס מנחיל פאר זיינע קינדער, אז וואס הייסט לעבן, וואס מיינט מאכן א לעבן, עולמך תראה בחייך, מען לעבט אין עולם הבא אויף די וועלט, מען שוועבט אין קיום המצות, מען האט א חיות דקדושה, דאס הייסט געלעבט, כי הם חיינו ואורך ימינו, דאס איז דער גאנצע חיות, כי זה כל האדם.
ס'קומט יעצט די צווייטע טעג פון יום טוב סוכות, ס'גייט קומען שמיני עצרת און שמחת תורה, מען וועט ארויסנעמען די תורה הקדושה און מען וועט זיך פרייען מיט די תורה הקדושה, ס'קען זיין שמחת תורה מען גייט אין ביהמ"ד מען שטרענגט זיך נישט צופיל אן, ס'איז שמחת תורה אויף די וועלט, מען גייט צו הקפות, נישט דאס מיינט שמחת תורה, שמחת תורה דארף א איד פילן אזא מין שמחה, אזא מין התרוממות הנפש, אזא מין געהויבנקייט, אזא מין שמחה אזא מין שטראל, ס'זאל שטראלן די פנים פאר שמחה, ער זאל מרגיש זיין אזא שמחה, א זיינע קינדער זאלן דאס זען, דער טאטע פריידט זיך אזוי מיט די תורה, ער איז זיך אזוי משמח בשמחת התורה, דאס איז זיין גאנצע חיות די תורה הקדושה, דאס איז למען ידעו דורותיכם.
והיית אך שמח, והיית איז א לשון עתיד, אז מען וויל ס'זאל זיין והיית פאר די קומענדיגע דורות, איז לרבות ליל יום טוב אחרון של חג לשמחה, דער ליל יו"ט אחרון של חג דארף זיין מיט אזא שמחה עילאה, מיט אזא שמחה דקדושה אז מען זאל דאס קענען מנחיל זיין פאר די קינדער, די קינדער זאלן דאס זען אין טאטן.
נישט דער טאטע זאל זאגן, וואס זאל איך טון איך מוז נעבעך גיין צו די הקפות, האלב געניצט מען האלב שלאפט מען שוין איין, נישט דאס איז שמחת תורה, שמחת תורה דארף צו זיין מיט אזא מין חיות אזא מין לעבן א לעבן וואס ס'זאל זיין א פנימיות'דיגע שמחה, ס'זאל ארויסקומען די שמחה דקדושה וואס יעדער איד האט באמת אין פנימיות הלב, ער זאל עס ארויסברענגן פון אינעווייניג אויפן חיצוניות, ער זאל שטראלן ער זאלן לעבן פון שמחה, שמחת התורה, אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה, און כלל ישראל האט מקבל געווען די תורה הקדושה.
למען ידעו דורותיכם, מען זאל מנחיל זיין פאר די קינדער אז אמת'דיגע גליק אמת'דיגע פרייד און אמת'דיגע שמחה טרעפט מען אין די תורה הקדושה, פקודי ה' ישרים משמחי לב, דאס איז נישט א מליצה, נאר דאס איז טאקע באמת. און ווען מען זעט דאס ביים טאטן באקט זיך דאס אריין אין די קינדער, אז פקודי ה' ישרים איז משמחי לב, ס'איז משמח דעם גאנצן גוף דעם גאנצן מענטש פון קאפ ביז פוס, אלעס לעבט אויף מיט א שמחה מיט א הייליגקייט, מען לעבט אין דעם אייבערשטנס שמחה.
שמחת תורה פריידט מען זיך אויבן אין הימל און מען פריידט זיך דא אונטן, ס'איז א שמחה בשמים און א שמחה בארץ, ס'פריידט זיך גאנץ כלל ישראל עליונים ותחתונים, אלעס פריידט זיך זיך מיט די תורה הקדושה, און דאס דארף מען אריינגעבן פאר קינדער און קינד'ס קינדער, למען ידעו דורותיכם !. (אושפיזא דאהרן סוכות תשס"ח)