דער יום טוב סוכות איז משפיע דעת (זרע קודש לחג הסוכות). צו זיין אן ערליכער איד, צו זיין אן עבד ה', און צו דינען דעם הייליגן באשעפער, פעלט זיך אויס אז א מענטש זאל וויסן: איך האב א הייליגע נשמה, א חלק אלוה ממעל, עס פאסט פאר מיר, און עס איז מיין פליכט צו דינען דעם באשעפער, איך דארף לערנען, איך דארף דאווענען, און איך דארף מקיים זיין מצות ומעשים טובים.
א מענטש טאר זיך נישט אוועק מאכן, דאס איז איינס פון די ארגסטע זאכן ווען א מענטש מאכט זיך אוועק 'איך בין גארנישט', דאס איז דרכי היצר אריינצוברענגען אינעם מענטש ענוה פסולה, און דעמאלטס פארגייט אים דער אפעטיט צו לערנען צו דאווענען און צו טוהן מצות און מעשים טובים, ער טראכט: איך בין דאך גארנישט, און מיינע מצות זענען ממילא גארנישט נישט ווערד, פארוואס זאל איך זיך פלאגן צו טוהן א מצוה, חלילה !
דער יום טוב סוכות קומט אונז מחזק זיין און געבט אונז דעם ריכטיגן דעת צו וויסן: יא, וואס איך בין, בין איך, אבער איך בין ! איך בין א איד; איך דארף זיין אן ערליכער איד, איך קען זיין אן ערליכער איד, און איך וועל זיין אן ערליכער איד. דאס איז מיין פליכט, און איך האב אן אמת'ן ווערד. יעדער איד פארמאגט א הייליגע נשמה, א חלק אלוק ממעל, און ער איז מזרע אברהם יצחק און יעקב.
דאס איז פשט, 'למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים', אין מצרים זענען אידישע קינדער געווען אין א גאר נידעריגן מצב, אריינגעזונקען אין די מ"ט שערי טומאה, בבחינת 'ואת ערום ועריה'. פונדעסטוועגן, ווען זיי זענען ארויסגעקומען פון מצרים, האט דער אייבערשטער זיי גענומען פאר זיין פאלק און זיי געגעבן די הייליגע תורה, ווייל זיי זענען זרע אברהם יצחק ויעקב. ממילא איז נישטא אזא זאך אז א איד זאל זאגן: 'איך בין גארנישט'. איך בין יא! איך בין א איד, און דאס דארף יעדער איד שטענדיג חזר'ן צו זיך.
סוכות זיצט מען בצילא דמהימנותא, יעדער איד בויעט א סוכה, און ווען ער גייט אריין אין די סוכה איז ער זוכה צו זיצן בצל א"ל, אויב איז ער גארנישט, ווי קען ער אריינקומען בצל א"ל? לכאורה וואלט אזא הויכע מדריגה געדארפט זיין נאר פאר גאר גרויסע צדיקים ?! דער אמת איז אבער, אז יעדער איד קומט אריין אין די סוכה און ער איז זוכה צו זיצן בצל א"ל, ווייל יעדער איד איז חשוב, און יעדע מצוה וואס א איד טוט איז חשוב ביים רבונו של עולם, ס'איז נישט אוועק צו מאכן נישט קיין מצוה קלה און אוודאי נישט נישט קיין מצוה חמורה, יעדע קליינע זאך וואס א איד טוט איז ווערד און חשוב, זיין תורה איז ווערד, זיין דאווענען איז ווערד, זיין צדקה איז ווערד, וואס ער טוט, אלעס איז ווערד, אלעס איז חשוב ביים רבש"ע, חלילה זיך אליינס אוועק צו מאכן, נאר האבן חיזוק, איך בין א איד!, און איך וועל זיין א ערליכער איד!, און איך וועל נאך זיין נאך א בעסערער איד!, איך וועל נאך זיין נאך ערליכער!, און איך וועל דינען דעם באשעפער !.
ס'איז דא א מורא'דיגע ווארט פון קדושת לוי (פ' עקב) ער רעדט פון ענוה, זאגט ער, דער אייבערשטער איז מקבל תענוג פון דער עבודה פון יעדן איד. אמאל קען א מענטש זיך איינרעדן: ווי קען דען זיין, אז דער גרויסער און הייליגער באשעפער, וואס איז רם על כל רמים, זאל האבן א תענוג פון מיר און פון מיין עבודה ? דער קדושת לוי שרייבט גאר שארף, אז אזא מחשבה איז אפיקורסות. א מענטש דארף וויסן: יא, איך בין וואס איך בין; אבער ווען איך בין מקיים מצות, איז דער אייבערשטער כביכול מקבל תענוג פון מיינע מצות.
די ווערטער געבן א געוואלדיגן חיזוק פאר יעדן איינציגן איד. ער זאל וויסן: יא, איך בין אן ערליכער איד; איך דאווען, איך לערן און איך בין מקיים מצות. איך דארף טאקע שטרעבן צו ווערן בעסער און ערליכער, איך מעג זיין בעסער און איך דארף זיין בעסער, אבער חלילה זיך אוועק צו מאכן, דאס איז די ארגסטע זאך וואס קען זיין.
דער יום טוב סוכות געבט אונז די התחזקות צו וויסן, אז יעדער איד איז חשוב, יעדע מצוה איז חשוב, יעדעס בלאט גמרא וואס מען לערנט איז חשוב, און יעדע זאך וואס מען טוט פארן רבונו של עולם איז חשוב ביים רבונו של עולם. דער אייבערשטער זאל העלפן, אידן זאלן קענען מקיים זיין מצות מיט הרחבת הדעת, נחת און שמחה, און מיט אלעם גוטן תמיד. (ליל אושפיזא דמשה תשפ"ו)