ווען א איד קומט אריין אין די סוכה איז די סוכה משפיע געוואלדיגע גרויסע ענינים. אבער א מענטש קען ביי זיך טראכטן, דאס וואס די סוכה איז משפיע הייליגע ענינים, דאס איז געזאגט געווארן פאר די בני עליה, הייליגע אידן, אבער פאר מיר? איך בין א פשוט'ער ארבעטער, איך גיי און איך קום, די סוכה קען אויף מיר משפיע זיין?.
דער פסוק זאגט, בסוכות תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, יעדער איינציגער איד דארף זיצן אין די סוכה, און יעדער איינציגער איד ווערט נשפע מיט השפעות קדושות פון די סוכה, למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים, ווען דער אייבערשטער האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים, וואס מיינט איר ווי אזוי זענען אידישע קינדער געווען דעמאלטס, בעלי מדריגה זענען זיי געווען?, ווען מ'איז ארויסגעגאנגען פון מצרים איז מען געווען גאנץ שוואכע בעלי מדריגה, און גלייך ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, שטייט (במדבר לג ה) ויסעו בני ישראל מרעמסס ויחנו בסוכות, און דער מדרש זאגט (במ"ר פי"ד ס"ב, ילקוט בא רמז ר"ט) ויחנו בסוכות, דער אייבערשטער האט זיי אריינגעזעצט אין א סוכה, ווי שוואך מ'איז געווען האט מען זיי אריינגעזעצט אין א סוכה, און דאס קומט ווייזן אז די סוכה איז משפיע קדושה פארן יעדן איינציגן איד.
דאס געבט חיזוק פאר יעדן איינציגן איד, ער זאל וויסן איך האב די זכיה איך זיץ אין די סוכה, און די סוכה איז אויף מיר משפיע, נישט נאר היינט נאר אויף א גאנץ יאר, די סוכה איז משפיע נישט נאר פאר די בני עליה, נאר אויך פאר מיר, אין דעם מצב וואס איך בין, פאר מיר אין מיין מצב איז די סוכה אויף מיר משפיע קדושה, און א גאנץ יאר שעפ איך פון דעם חיות דקדושה.
און דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פאר יעדן איינציגן איד עד היום הזה, אין וואספארא מצב מ'זאל נאר נישט זיין, סוכה איז משפיע, סוכה הייליגט, סוכה געבט אריין כוחות דקדושה פאר א איד זיך מחזק צו זיין אין עבודת ה', צו לערנען צו דאווענען צו דינען דעם באשעפער, צו טוהן די רצון ה'.
דאס געבט כח און חיזוק פארן יעדן איד, אז ס'איז נישטא קיינער וואס אים מיינט מען נישט, יעדער איד דארף וויסן די סוכה מיינט מיר, פאר מיר איז דאס משפיע, און איך שעפ פון דעם א כח הקדושה א כח רוחני. (ליל אושפיזא דיוסף תשפ"ו)