Skip to content
מחמדינו

דברות קודש לחג הסוכות זמן שמחתינו

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ס'איז דא א ליקוט פון די תורה'ס פון כ"ק דער זיידע זצוק"ל פון ירושלים [ספר אמרי קודש], וואס רוב תורה'ס האָט ער נאָכגעזאָגט ווערטער פון אַנדערע, אָבער ביי רוב מאמרים שטייט נישט די נעמען פון וועמען ער האָט דאָס נאָכגעזאָגט, איז כ'גיי דא זאגן זאכן, אבער כ'געדענקט נישט אַלץ אין וועלכן ספר כ'האב דאָס געזען, אָבער ס'איז נישט קיין אייגנס, אַלעס שטייט ערגעץ.

זמן שמחתינו

מ'איז זיך צוזאַמגעקומען דאָ לכבוד יום טוב צו א שמחת בית השואבה. ס'איז א גרויסע שמחה, מ'האט געזען אז מ'האט געטאַנצן מיט אַזאַ געהויבנקייט. ס'איז אן ערנסטע שמחה. ס'איז זיכער אַז דאָס גיט אריין אן השפעה אויף ווייטער.

אין יו"ט סוכות זאָגט מען דאָך "זמן שמחתינו", ס'איז דער זמן פון שמחה, מען דערמאנט דאס אפאר מאל א טאג ביים דאווענען "חג הסוכות הזה זמן שמחתינו". אין די תורה שטייט (דברים טז, טו) "ושמחת בחגך והיית אך שמח". דער רמב"ם פסק'נט אַזוי (פ"ח מהל' לולב הי"ב), און אַלע ספרים רעדן פון דעם, אַז סוכות איז דער זמן פון שמחה, שמחה מוז זיכער זיין, אז וואָס עס זאל נאָר זיין, מוז מען אום סוכות זיין בשמחה.

יעדן יו"ט איז אויך דאָ א מצוה פון שמחה, אָבער סוכות איז ספעציעל, און מ'קען זיך נישט אַרויסדרייען פון דעם. ס'איז נישט דאָ אַזאַנס. דער יו"ט איז די מצוה פון שמחה.

די שאלה איז וויאזוי מ'גייט צו צו דעם ווי אזוי ווערט מען בשמחה.

באספך מגרנך ומיקבך

אין פסוק שטייט אַז ס'איז א זמן שמחה, ווי עס שטייט (דברים טז, יג) "באספך מגרנך ומיקבך". ס'איז דער זמן וואָס מ'נעמט צוזאַם דעם גורן ויקב, איז עס א זמן שמחה, זאָל מען זיך פרייען מיט דעם. און די הלכה איז טאקע אַזוי, אז מ'דארף זיך משמח זיין, און די גמרא (פסחים קט.) פרעגט במה משמחה מען דאַרף קויפן נייע קליידער, מ'דארף טון זאַכן אַריינצוברענגען א שמחה.

כ'האב געזעהן ברענגען אין איינע פון די ספרים אַז דאס וואס דער פסוק זאָגט באספך מגרנך ומיקבך, זאָגט ער אַז עס קען נישט זיין אַז די תורה זאָגט אַז די שמחה איז מיט דעם וואָס באספך מגרנך ומיקבך. מ'זאָל זיך פרייען מיט דעם וואָס מ'האט צוזאַמגענומען די פירות.

נאָר פשט איז, אַז וויבאלד ס'איז א זמן שמחה, און א מענטש איז דעמאלס בשמחה, האָט דער אויבערשטער געמאַכט דעם יו"ט דעמאָלט. וויבאלד ס'איז באספך מגרנך ומיקבך, און דער מענטש איז אין א מצב פון שמחה, האָט דער אויבערשטער געמאַכט אַז דער זמן שמחתינו זאָל זיין דעמאָלט, אַז מ'זאָל זיך קענען פרייען מיט וואָס מען דאַרף זיך באמת פרייען מיט א שמחה של מצוה.

להעלות השמחה

אין אַלע חסיד'ישע ספרים שטייט דאך, אַז ביי א יעדע מדה איז דא מדות נפולות ביי א מענטש, אבער מען קען דאָס מעלה זיין. איז איצט אַז ס'איז א זמן שמחה, אז דאָס האַרץ איז פרייליך, קען מען זיך פרייען מיט העכערע זאכן מ'קען זיך דערהייבן מיט די שמחה, מיט שמחה קען מען מעלה זיין.

עס שטייט אין בני יששכר (ראה מאמר ט אות ג) און אין נאָך ספרים שטייט דאָס, אַז איצט אום זמן שמחתינו איז דער זמן מעלה צו זיין די שמחה פון אַגאַנץ יאָר ביז איצט וואס איז נישט געווען ווי עס דארף צו זיין. טאָמער איז געווען עפעס א שמחה וואָס איז נישט געווען אַזוי ווי עס דאַרף צו זיין, קען מען דאָס מעלה זיין.

"זמן" שמחתינו

דאַקעגן שטייט דאך (ליקוטי תורה סוכות 'להבין מה שאנו אומרים', מגן אברהם שבת חוה"מ סוכות ד"ה וישת) פון הרה"ק דער טשערנאבילער מגיד זי"ע, אַז "זמן שמחתינו" איז א לשון פון אָנגרייטן. מ'גרייט אן שמחה אויפ'ן קומענדיגן יאָר. זמן איז א לשון פון זימן, ווי חז"ל זאָגן (ביצה י:) "זימן שחורים ומצא לבנים". זעט מען אַז זמן איז א לשון פון אָנגרייטן, אז אום זמן שמחתינו גרייט מען צו שמחה אויף אַגאַנץ יאָר.

איך האב געזען ברענגען אויף די ראי' וואָס ער ברענגט פון די משנה "זימן שחורים ומצא לבנים". ווייל אַמאָל אפילו עס איז געווען א מצב פון שחורים, ס'איז געווען נישט אַזוי גוט, אָבער טאָמער מען איז זיך משמח ווערט עס איבערגעדרייט אויף גוט, עס ווערט לבנים, דאס הייסט דורך שמחה ווערט עס גוט.

אך שמח

איך האָב געזען ברענגען, אז ביי סוכות שטייט דריי מאָל דערמאַנט דעם ענין פון שמחה, עס שטייט "ושמחת בחגך והיית אך שמח", און ביי די ד' מינים שטייט, "ושמחתם לפני ה' אלקיכם", דער חינוך (מצוה שכ"ד) ברענגט, אַז די ד' מינים זענען מעורר שמחה.*

און מען ברענגט אויף די מצוה פון "והיית אך שמח", אַז ס'איז אַזוי ווי חמץ אום פסח וואָס ס'איז אן איסור פון בל יראה ובל ימצא, דאָס זעלבע איז מיט עצבות אום סוכות וואָס איז א בל יראה ובל ימצא, אזוי ווי עס שטייט והיית 'אך' שמח, עס דאַרף זיין נאָר שמחה, עס טאָר נישט זיין קיין שום עצבות ומרה שחורה.

ומאושפיזין עילאין

מען ברענגט (אמרי חיים ליקוטים לפ' ויגש) א מעשה וואָס איז געווען ביי הרה"ק רבי משה קאָברינער זי"ע. אַז עס איז געווען א איד וואָס איז געקומען צו אים אויף חודש תשרי, וואס ער איז נישט געווען קיין חסיד, און ער איז געווען דאָרט אויף ראש השנה און יום כיפור, און ער האָט זייער הנאה געהאַט, האָט ער געוואָלט בלייבן אויף סוכות אויך.

מוצאי יום כיפור האָט דער קאָברינער זי"ע זיך געזעגענט מיט אים, ער האָט אים געזאָגט אַז ער זאָל אַהיימפֿאָרן, אבער דער איד האָט דאָך געוואָלט בלייבן, האָט ער אויסגעוואַרט נאָך א טאָג, ווען דער קאָברינער האָט אים געזען, האָט ער אים געזאָגט, כ'האב דיר דאך געזאָגט אַז דו זאָלסט אַהיימפֿאָרן, ער האָט אים אַזוי געשטופּט אַהיימצאָפֿרן, האָט דער איד זיך געוואַגט צו פרעגן פֿאַרװאָס ער שיקט אים אַהיים, װאָס עס ארט אים אַז ער בלייבט דאָ. האָט ער געזאָגט, ביי מיר קומען די אושפיזין, און זיי קענען נישט פארנעמען קיין שמץ פון מרה שחורה.

ס'איז אַזוי ווי עס שטייט ביי שבת. דער אור החיים הק' זאָגט (ויחי מז, כח) אז ביי שבת שטייט "וינפש" אַז מען דאַרף מענג זיין דעם שבת, מיט וואָס איז מען מענג דעם שבת, זאָגט ער אַז שבת איז א העכערע זאַך, און ווי העכער מען איז, פאַרנעמט עס נישט קיין שום עצבות, ס'איז א העכערע זמן.

ער זאגט אויך אז מ'זעט ביי יעקב, אַז ער האָט באַקומען דעם נאָמען ישראל, ס'איז א העכערער נאָמען, אָבער ווען ער האָט געהאט א צרה איז דער נאָמען ישראל אַוועקגעגאַנגען, דער נאָמען האָט דאָס נישט געקענט פארנעמען.ב

איז אַז עס קומט אַזאַ יו"ט, און די אושפיזין קומען, האט הרה"ק רבי משה קאָברינער זי"ע געזאָגט אַז זיי קענען נישט פֿאַרנעמען קיין עצבות, דאַרף מען זיין בשמחה.

עשה לי סעודה קטנה

פון אַנדערע שטייט, ס'שטייט פון מאור עינים (פ' האזינו), אַז די גאַנצע עבודה פון די הייליגע טעג איז צוצוקומען צום "אתה הראת לדעת" אום שמיני עצרת . אפילו מ'גייט נישט מיט קיין העכערקייט, מ'זעט נאָר וואָס רש"י זאָגט (במדבר כט, לה), אַז שמיני עצרת איז א בחינה פון "עשה לי סעודה קטנה", מ'קען זיך מייחד זיין מיטן אויבערשטן אַליינס. דער אויבערשטער זאָגט, איך מאך א יום טוב נאָר מיט דיר אַליינס, ווי מ'זאָגט איך האב הנאה מיט דיר אַליינס. ס'איז אַזאַך וואָס מען פארשטייט אפילו נישט. דער אויבערשטער מאַכט אַזאַ יו"ט, און אויף דעם שטייט אַז אַלעס פון ביז איצט איז אַן הכנה אויף דעם יו"ט.

איז אַז עס קומט במיוחד פונעם אויבערשטן, דאַרף עס זיכער ברענגען א מורא'דיגע שמחה. אַז דער אויבערשטער אַליינס איז זיך מייחד מיט אידן. איז זיכער אַז עס קומט נישט אריין קיין שום עצבות, קיין שום יגון ואנחה.

איז די זיבן טעג פון סוכות איז אַן הכנה אויף דעם. מען פריידט זיך און עס ברענגט אַריין א שמחה, איז עס אַן הכנה אויף שמיני עצרת אַז מען זאָל זיך קענען מייחד זיין מיטן אויבערשטן.

אויף שמחת תורה שטייט אויך, אַז מען פריידט זיך מיט די תורה. פאַרװאָס איז פונקט איצט שמחת תורה? איז אויך, ווייל למעשה דער אויבערשטער האָט געזאָגט אַז אין דעם טאָג זענען אידן זיך מייחד מיטן אויבערשטן. מ'קען זיך מייחד זיין, און "קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל חד הוא". די גאַנצע תורה איז דאך א רמז אויפ'ן אויבערשטן, אונז האָמיר היינט שמחה פון די תורה. אז מ'איז זיך מתייחד מיט'ן אייבערשטן קען מען זיך פרייען מיט די תורה.

על שם העתיד

מען ווייסט ס'איז געווען די מעשה ביי כ"ק דער סקווערער זיידן זצוק"ל, ער האָט פאַרלוירן די טאָכטער ממש פאר ראש השנה, כ"ז אלול האָט ער פארלוירן די טאָכטער, יענעם שמחת תורה האָט ער זייער שטארק געטאַנצן, האָט די באַבע אים געפרעגט, פֿאַרװאָס ער האָט אַזוי געטאַנצן, וואָס איז די גרויסע שמחה איצט.

האָט ער געזאָגט צוויי זאַכן. ערשטנס ער טאַנצט פאר'ן קומענדיגן יאָר. עס שטייט דאך אַזוי, ס'איז זמן שמחתינו, מ'גרייט זיך צו מיט שמחה אויפ'ן גאַנצן יאָר, און צווייטנס, ווער זאגט אפשר אז מ'וואלט פאריאר מער געטאנצט וואלט דאס נישט געשעהן.

איז אפילו עס וועט טאַקע פעלן, אָבער מען טאַנצט אויף וואָס עס וועט זיין, עס קומט שמחת תורה, עס וועט טאַקע זיין א גרויסער חלל, דאַרף מען אָבער זען זיך מחזק צו זיין, זיך צו קענען פרייען מיט די תורה, מ'זאָל זיך קענען פרייען און עס זאל משפיע זיין אויף ווייטער, עס זאָל זיין א גאַנצע רפואה, און מ'זאל קענען זיך פרייען מיט דעם, מ'קען איצט בעטן אויף דעם.

משמחי לב

עס שטייט (רש"י במדבר כט, יח), אז סוכות איז מען מקריב צ"ח קרבנות, פאַרוואָס איז מען מקריב צ"ח קרבנות, שטייט אַז ס'איז קעגן די צ"ח קללות, וואָס עפעס פונקט די זאַך, שטייט אויך ביי די תוכחה, אַז די קללות קומען ווייל "תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה" (דברים כח, מז), איצט אום זמן שמחתינו איז דער צייט מתקן צו זיין, איז עס קעגן דעם, עס וועט אַוועקגיין. (כ"ה בשם משמואל לסוכות שנת תרע"ג ד"ה ברש"י ובפייט בשם אביו הרה"ק האבנזי נזר זי"ע).

די זעלבע זאַך, אַז מען וועט זיך פרייען, מ'וועט זיך מחזק זיין, וועט קומען שמחה אויפ'ן גאַנצן יאָר, אַז מען זאָל זיך קענען פרייען, עס זאָל זיין שמחות בשלימות.

אבער מען זאל וויסן ס'איז דאָ נישט דאָ אַזאַ זאַך ווי דער "פקודי ה' ישרים משמח לב" לימוד התורה איז משמח א מענטש, און אַז דער מענטש איז בשמחה איז דאָס האַרץ אָפן, און מען קען מקבל זיין, מ'קען טון, יעדער ווייסט עס.

דער אויבערשטער זאל העלפן אַז מ'זאל קענען מקבל זיין אַלע השפעות וואָס עס קומט אַראָפּ, און מ'זאל זוכה זיין צו א שמחה בשלימות.

וחסד ה' מעולם

דער ישיבה דאָ שטייט אונטערן מחותן שליט"א. איך קען אים שוין פון לאנג, ווען ער האָט נאָך געלערנט אין ספינקער כולל אין באָראָ פּאַרק, האָט ער אַסאַך געטון אין עסקנות. ער איז קיינמאָל נישט געשלאָפן פאר זיך. פאַרשטייט זיך אַז ער האָט געלערנט, אָבער אויסער דעם, אַלץ האָט ער געטון צו העלפן פאַר זאַכן וואָס מען דאַרף פאר'ן ציבור און פאר די שטאָט. אויף פאַרשידענע פירצות האָט ער זיך אומגעקוקט, און ער האָט אַסאַך זאַכן אויפגעטון.

ס'איז אויסגעקומען צו רעדן מיט אים. מ'האט געזען ער איז אן ערענסטער איד אָן קיין חכמות, ער וויל מ'זאָל טאַקע וואַקסן ווי מען דאַרף צו וואַקסן.

איך גלייב אַז די אַלע זאַכן וואָס כ'האב אים געקענט פון דעמאָלט, לייגט ער היינט אריין אין די ישיבה. ער גיט זיך איבער אינגאנצן פאר די בחורים, אַז מ'זאל קענען שטייגן און װאַקסן, מ'זאָל קענען וואַקסן ערליכע חסיד'ישע בחורים.

ס'האט זיך אַזוי געפירט אַז דער מחותן שליט"א איז נישט דאָ (בישבו באבלו אחר פטירת אחיו כ"ק הגה"צ מצאנז-ב"פ זצ"ל שנפטר לב"ע למחרת יום החתונה). מ'ווייסט ס'איז געווען די מעשה ביי כ"ק דער סקווערער זיידן זצוק"ל, ער האָט פאַרלוירן די טאָכטער ממש פאר ראש השנה, כ"ז אלול האָט ער פארלוירן די טאָכטער, יענעם שמחת תורה האָט ער זייער שטארק געטאַנצן, האָט די באַבע אים געפרעגט, פֿאַרװאָס ער האָט אַזוי געטאַנצן, וואָס איז די גרויסע שמחה איצט.

האָט ער געזאָגט צוויי זאַכן. ערשטנס ער טאַנצט פאר'ן קומענדיגן יאָר. עס שטייט דאך אַזוי, ס'איז זמן שמחתינו, מ'גרייט זיך צו מיט שמחה אויפ'ן גאַנצן יאָר, און צווייטנס, ווער זאגט אפשר אז מ'וואלט פאריאר מער געטאנצט וואלט דאס נישט געשעהן.

איז אפילו עס וועט טאַקע פעלן, אָבער מען טאַנצט אויף וואָס עס וועט זיין, עס קומט שמחת תורה, עס וועט טאַקע זיין א גרויסער חלל, דאַרף מען אָבער זען זיך מחזק צו זיין, זיך צו קענען פרייען מיט די תורה, מ'זאָל זיך קענען פרייען און עס זאל משפיע זיין אויף ווייטער, עס זאָל זיין א גאַנצע רפואה, און מ'זאל קענען זיך פרייען מיט דעם, מ'קען איצט בעטן אויף דעם.

ד. עה"פ עצרת תהיה לכם "ומדרשו באגדה לפי שכל ימות הרגל הקריבו כנגד ע' אומות וכשבאין ללכת אמר להם המקום בבקשה מכם עשו לי סעודה קטנה כדי שאהנה מכם".

More in this printout

View the whole printout