ג' פרשת כי תבא – אצל מסיבת שבע ברכות לנכדו החתן הרב ישכר בעריש שליט"א בן הרה"צ ר' פינחס אלימלך שטיין שליט"א חדב"ן עב"ג הכלה בת הגה"צ אבדק"ק צאנז-קרית יואל שליט"א - מנהל הישיבה
הכרת פניהם ענתה בהם
מ'וועט זאָגן אַ פּאָר ווערטער. עס שטייט דאך אין די גמרא אַז ביי שמחת חתן דאַרף מען זאָגן דיבורים.
ב"ה מ'קומט זיך צוזאַם צו א שמחה. ווען מ'האָט געטון דעם שידוך האָט מען געהערט אויפ'ן מחותן שליט"א אַז ער פירט א ישיבה, איינס פון די סניפים פון די סאַטמאַרער ישיבה איז ער דער מנהל רוחני. אָבער אַ סאַך מאָל ווען מען שטעלט זיך פאר עפּעס אַ זאַך, שפּעטער ווען מען זעט עס, איז עס גאָר אן אַנדערער מציאות.
איך האָב געזען ביי די חתונה, מ'זעט אויף די פנימ'ער פון די בחורים אַז ס'איז זרע ברך ה'. בלעה"ר ס'איז א גרויסער עולם. איך האָב מיך נישט פאָרגעשטעלט אַז ס'איז אַזאַ גרויסער ציבור. מ'זאָגט, ס'איז שוין סוף זמן איז שוין נישט דאָ אַזויפיל בחורים, האַלב האָבן שוין חתונה געהאַט. אָבער נאָך אַלץ איז ב"ה דאָ א שיינער מספר בחורים.
בטוב צדיקים תעלוץ קרי'
איז קודם. ס'איז דאָ דער תפארת שלמה אויפ'ן פּסוק "ושמחת בכל הטוב" זאָגט ער, אַז מען דאַרף זיך פרייען אַז עס זענען דאָ צדיקים.
דאַרף מען דאַנקן דאָ אין די ישיבה אַז עס שטייט בנשיאות פונעם רבי'ן זאָל זיין געזונט (כ"ק אדמו"ר מהר"א מסטאמאר שליט"א). וואָס איך ווייס נישט אויב מ'ווייסט עס גענוג צו שעצן, אָבער אַז מ'האָט א רבי'ן, א מנהיג וואָס פירט יעדן איינעם אין אַלע זאַכן, דאַרף מען אויף דעם אַליינס דאַנקן דעם אויבערשטן, אַז ס'איז דאָ וועמען צו פרעגן יעדע זאַך, און ער האָט אינזינען, אַז אַלעס זאל וואַקסן ווי עס דאַרף, און אַז מ'זאָל גיין אויפ'ן אויסגעטראָטענעם וועג.
און אַז מ'קען זיך מבטל זיין דעם דעת פאר א רבי'ן איז דאך זיכער גוט. איך זאָג, איך בין געוואַקסן אויף אַזאַ פּלאַץ וואו פאר א רבי'ן איז מען זיך מבטל דעם דעת. איך ווייס נישט פּונקטליך ביי יעדן וויאַזוי עס איז. אָבער ס'איז א גרויסע זאַך, אַז מ'קען מקיים זיין דעם "ושמחת בכל הטוב" אַז מען קען זיך מבטל זיין.
ב"ה, מ'האָט א רבי'ן וואָס גיט אַכטונג אויף יעדן איינעם, און מ'איז צוגעבינדן צו אים, איז דאָס א גרויסע שמחה. אויף דעם קען מען זאָגן ושמחת בכל הטוב, און מ'דאַרף דאַנקען דעם אויבערשטן.
וחסד ה' מעולם
דער ישיבה דאָ שטייט אונטערן מחותן שליט"א. איך קען אים שוין פון לאנג, ווען ער האָט נאָך געלערנט אין ספּינקער כולל אין באָראָ פּאַרק, האָט ער אַ סאַך געטון אין עסקנות. ער איז קיינמאָל נישט געשלאָפן פאר זיך. פאַרשטייט זיך אַז ער האָט געלערנט, אָבער אויסער דעם, אַלץ האָט ער געטון צו העלפן פאַר זאַכן וואָס מען דאַרף פאַר'ן ציבור און פאר די שטאָט. אויף פאַרשידענע פּירצות האָט ער זיך אומגעקוקט, און ער האָט אַ סאַך זאַכן אויפגעטון.
ס'איז אויסגעקומען צו רעדן מיט אים. מ'האָט געזען ער איז אן ערענסטער איד אָן קיין חכמות, ער וויל מ'זאָל טאַקע וואַקסן ווי מען דאַרף צו וואַקסן.
איך גלייב אַז די אַלע זאַכן וואָס כ'האָב אים געקענט פון דעמאָלט, לייגט ער היינט אַריין אין די ישיבה. ער גיט זיך איבער אינגאַנצן פאר די בחורים, אַז מ'זאָל קענען שטייגן און וואַקסן, מ'זאָל קענען וואַקסן ערליכע חסיד'ישע בחורים.
ס'האָט זיך אַזוי געפירט אַז דער מחותן שליט"א איז נישט דאָ (בישבו באבלו אחר פּטירת אחיו כ"ק הגה"צ מצאַנז-ב"פּ זצ"ל שנפטר לב"ע למחרת יום החתונה). מ'ווייסט אז ס'זענען דאָ די אַלע מדות. עס איז דאָ חסד, גבורה וכו', און יעדע מדה איז כלול פון אַלע מדות. ס'איז דאָ חסד-שבגבורה, גבורה שבחסד.
"חסד שבגבורה" האָט מען איצט געזען, אַז דאס אבלות ביים מחותן שליט"א האָט אויסגעוואַרט ביז נאָך די חתונה.
אין אמת'ן ווייסט מען, אַז דער אויבערשטער טוט עפּעס א זאַך נעמט ער יעדע זאַך אַריין אין חשבון. יעדע קלייניגקייט, נעמט ער אַריין אין חשבון, און יעדער וואָס האָט עפּעס א צד אין דעם, נעמט ער אַריין אין חשבון. מילא אפילו דאָס אַז דער מחותן שליט"א קען נישט מיטהאַלטן די שבע ברכות, און אַז די בחורים קענען נישט מיטהאַלטן צוזאַמען מיט'ן מחותן, איז אויך אַזוי באַשערט.
בכלל, דאָס אַז די חתונה האָט ער ב"ה יאָ געקענט מיטהאַלטן, איז אויך געווען אין חשבון פון דעם. מילא אַז דער אויבערשטער האָט אַזוי געפירט איז זיכער צום גוטן. אַזוי אַז עס איז "חסד שבגבורה" אַז די חתונה האָט ער געקענט מיטהאַלטן. דער אויבערשטער זאל העלפן אַז עס זאָל זיין שמחות בשלימות.
סגולת חזרת הלימודים
איך קום נישט דאָ זאָגן קיין מוסר. אָבער כ'האָב געהערט אַז מ'האַלט איצט אינמיטן די חזרה, מ'נעמט צוזאַם די לימודים. ס'איז דאך חודש אלול, אלול איז דאך געמאַכט דורכצוקוקן דעם גאַנצן יאָר וואָס ס'איז געווען. דאָ נעמט אויך צוזאַם דעם גאַנצן יאָר מיט די חזרות וואָס מ'חזר'ט.
כ"ק דער טאַטע זצוק"ל פלעגט נאָכזאָגן פון הרה"ק דער בעלזער רב זי"ע, וואָס דער בעלזער רב האָט דאָס נאָכגעזאָגט פון הרה"ק דער לובלינער זי"ע, אַז חזרה איז א "סגולה". נישט נאָר אַז ווען מען חזר'ט קען מען, נאָר ס'איז א סגולה. אַז מען חזר'ט איז דאָס א סגולה אַז מען זאָל קענען.
דאָ איז זיכער איינגעשטעלט אַז מען זאָל קענען וואַקסן בתורה ויראת שמים.
רעווא דרעווין
ס'איז דאָ מעשה וואָס כ"ק דער טאַטע זצוק"ל פלעגט דערציילן. ער האָט געקענט אין ירושלים א איד וואָס האָט געהייסן הרה"ח ר' אלתר קרוק ז"ל. זיין טאַטע איז געווען א דיין אין די גלילות פון צאַנז, נאָך אין די צייטן פון הרה"ק דער צאַנזער רב זי"ע. זיין טאַטע האָט געהאַט עפּעס א שאלה איבער א מקוה. ער האָט דאָס געדאַרפט דורכרעדן, איז ער געפאָרן צום צאַנזער רב דאָס דורכצורעדן.
ר' אלתר איז דעמאָלט געווען נאָך א קליין אינגל, גאָר א קליין קינד, און זיין טאַטע האָט אים מיטגענומען.
האָט ער דערציילט, אַז ווען זיי זענען אָנגעקומען צום צאַנזער רב, און דער צאַנזער רב איז פּונקט אַרויסגעקומען פון ביה"כ. האָבן זיי געוואַרט אַביסל, דער צאַנזער רב האָט געמאַכט די ברכה "אשר יצר", און נאָכדעם האָט זיין טאַטע אָנגעהויבן צו זאָגן די שאלה. ער האָט גערעדט אַזוי, ער האָט פאָרגעלייגט אַלע צדדים וואָס איז דאָ ביי די שאלה.
ס'איז געווען א האַלבע שעה שפּעטער, האָט ער געהערט ווי דער צאַנזער רב פירט אויס "רופא כל בשר ומפליא לעשות". ער האָט די גאַנצע צייט געמאַכט די ברכה, און ער האָט אפילו נישט געהערט אַז איינער רעדט צו אים.
ס'איז באַוואוסט, אַז איינער פון די צדיקים האָט געזאָגט, אַז ס'האָט זיך געלוינט צו קומען צום צאַנזער רב, נאָר צו זען אַז "אשר יצר" איז אויך א ברכה.
שוין, נאָכדעם האָט דער צאַנזער רב אים געפרעגט וואָס ער וויל. האָט ער פאָרגעלייגט די גאַנצע שאלה, און זיי האָבן דן געווען צווישן זיך.
שפּעטער ביים אַהיימפאָרן האָט ר' אלתר אויך געבעטן א ברכה פונעם צאַנזער רב. ער איז געווען א קליין אינגל. האָט דער צאַנזער רב אים געזאָגט "אַז דו וועסט וועלן וועסטו קענען לערנען!". דאָס קינד איז נישט געווען צופרידן פון דעם. דער צאַנזער רב האָט געזען אַז ער איז נישט צופרידן, ער מוטשעט דעם טאַטן, האָט דער צאַנזער רב געפרעגט דעם טאַטן וואָס ער וויל. דער טאַטע האָט קודם נישט געוואָלט זאָגן, אָבער דער צאַנזער רב האָט געהייסן אַז מען זאָל אים יאָ זאָגן.
האָט ער געזאָגט אַז דאָס קינד זאָגט, פאר דעם האָט ער געדאַרפט קומען צום רבי'ן אַז דער רבי זאָל אים זאָגן אַז אויב ער וועט וועלן וועט ער קענען לערנען? דאָס ווייסט ער אַליינס... אַז מען לערנט קען מען. דאָס דאַרף ער נישט הערן פון רבי'ן, אויף דעם דאַרף ער נישט קומען צום רבי'ן.
האָט דער צאַנזער רב אים געגעבן א קניפ אין די בעקעלע, און ער האט געזאגט "ער זאגט דאך וואר, ער זאגט דאך וואר", און ער האט אים געגעבן א ברכה.
מ'זעט אבער פון די מעשה, אַז די זאך פון וועלן איז א גרויסע זאך. אַז מען דאַרף וועלן לערנען, און אַז מען וויל קען מען לערנען.
מראשית פרי האדמה
עס שטייט דאך די וואך אין דעת משה פון הרה"ק רבי משה'לע קאָזניצער זי"ע. היינט איז טאַקע די יאָרצייט. זאָגט ער אויפ'ן פּסוק "ולקחת מראשית פרי האדמה", אַז א איד דאַרף טון יעדע זאַך כאָטש די התחלה. עס שטייט דאך אַזוי אין חז"ל "פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם". דאָס הייסט אַז א מענטש דארף טון אַביסל, דעם "ראשית" דאַרף ער טון, און אַז מען טוט דעם ראשית, דער מענטש הייבט נאָר אן, העלפט שוין דער אויבערשטער אַז מען זאָל קענען אַלעס טון.
זאָגט ער, אַז רש"י זאָגט אויף ולקחת מראשית "ולא כל ראשית". זאָגט ער אַז אפילו דעם ראשית וואָס א מענטש טוט, אויף דעם דאַרף מען אויך האָבן סייעתא דשמיא, מ'דאַרף צוקומען צום אויבערשטן.
זעט מען אַז מען דאַרף א ברכה אויף דעם אויך. אויף צו "וועלן לערנען" דאַרף מען אויך א ברכה. אַז דער צאַנזער רב האָט געזאָגט אַז מען וויל לערנען לערנט מען. זעט אויס אַז אויף דעם דאַרף מען אויך א ברכה.
אותה אבקש שבתי בבית ה'
כ'האָב געזען א וואָרט אויף דעם וואָס מ'זאָגט, מ'האָט עס דאָ איצט געזינגען "אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש שבתי בבית ה'". פּשוט פּשט איז "אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש", איך בעט דאָס פונעם אויבערשטן אַז מען זאָל קענען זיין "שבתי בבית ה'".
אָבער אַז מען קלערט אַריין זעט מען אַז ס'איז אַביסל א דאָפּלט לשון. מ'זאָגט "אחת שאלתי מאת ה'" פאַרוואָס זאָגט מען נאָכאַמאָל "אותה אבקש". און בכלל, וואָס איז פּשט פון די בקשה שבתי בבית ה'. שבתי בבית ה' איז דאך נאָכנישט די גאַנצע בקשה. עס זענען דאָ אַזעלכע וואָס זענען געצוואונגען צו לערנען. א בחור גייט אין די ישיבה, קען זיין אַז ס'איז ווייל אַזוי איז דער סיסטעם, אָבער ס'איז נישט קיין ראי' אַז דער "שבתי בבית ה'" איז טאַקע די זאַך צו וואָס ער וויל אָנקומען.
האָב איך געזען א טייטש "אחת שאלתי מאת ה'" איך בעט פונעם אויבערשטן, וואָס בעט איך? טאקע דאס אַז "אותה אבקש - שבתי בבית ה' כל ימי חיי". איך בעט אַז דאָס זאָל זיין מיין בקשה, אַז איך זאָל וועלן זיין שבתי בבית ה'. דאָס זאָל זיין מיין רצון, דאָס זאָל איך וועלן. מען בעט אַז איך זאָל טאַקע וועלן זיצן און לערנען.
ארמי אובד אב"י
דער מאור ושמש זאָגט די וואך אויף "ארמי אובד אבי". ער איז מאריך דאָרט. זאָגט ער, אַז ארמי, לבן הארמי איז געווען "אובד אבי" ער האָט געוואָלט מאַכן פאַרלירן דעם "אבי". אבי איז א לשון פון "אבה" וועלן. זיי האָבן געוואָלט אַוועקנעמען דעם רצון.
דאָס זעלבע איז געווען ביי די מצריים. ביי מצרים שטייט דאך, אַז ווען פּרעה האָט גוזר געווען די גזירה אַז מען וועט מער נישט געבן פאַר די אידן קיין קש, אידן זאלן אַליינס אַרומגיין לקושש קש, האָט משה רבינו געזאָגט "למה הרעותה". וואָס איז געווען די ענין אין דעם.
זאָגט ער, אַז אַזוי פלעגט מען אינדערפרי זיך צוזאַמקומען צום דאַווענען, מ'האָט זיך מחזק געווען. מ'האָט נאָך געהאַט עפּעס, מ'האָט געקענט דאַווענען, און מ'האָט געהאַט א רצון צו עפּעס. איצט אַז ער האָט אַרויסגעגעבן די גזירה אַז אידן זאלן אַליינס אַרומגיין לקושש קש, האָט דאָס אַוועקגענומען די צייט פון אידן, מ'האָט נישט געקענט זיך צוזאַמקומען צום דאַווענען, און מ'האָט דאָס אויך פאַרלוירן.
דאָס איז אויך געווען ביי לבן הארמי. ביי יעקב שטייט אַז ער האָט אים געהייסן אַרבעטן ביינאַכט אויך. יעקב אבינו האָט געזאָגט "הייתי ביום אכלני חורב וקרח בלילה ותידד שנתי מעיני". בייטאָג און ביינאַכט האָט ער געאַרבעט. לבן הארמי האָט פּרובירט אַוועקצונעמען פון אים דעם רצון אַז ער זאָל אפילו נישט קענען האָבן קיין צייט צו וועלן לערנען און דאַווענען. ער האָט פּרובירט אים צו מאַכן פאַרנומען בייטאָג און ביינאַכט מיט אַלע זאַכן, אַז ער זאָל נישט האָבן קיין צייט צו טראַכטן אפילו.
אָבער אידן האָבן זיך נישט געלאָזט. ביי מצרים שטייט "ונצעק אל ה' אלקי אבותינו", אפילו אויב די מצריים האָבן נישט געלאָזט, זענען זיי ווייטער אנגעגאַנגען.
דאָס איז א לימוד פאר יעדן איד, זיך צו קענען מחזק זיין. אַז מ'וועט וועלן, וועט דער אויבערשטער העלפן אַז מען זאָל טאַקע קענען זיצן און לערנען און וואַקסן, ס'זאָל זיין אַז מ'זאָל וועלן דעם "שבתי בבית ה'".
"שבתי בבית ה'" מיינט נישט דוקא די ישיבה. יעדע אידישע שטוב איז דאך א בית ה'. אַז מען זיצט דאָ אין די ישיבה, באַקומט מען די יסודות אויף ווייטער, און אַז מען גייט מיט די הדרכה וועט יעדע אידישע שטוב זיין א בית ה', און דאָס וועט אויך זיין אין כלל פון "שבתי בבית ה'".
ברוך אתה בעיר
זאָל דער אויבערשטער טאַקע העלפן אַז מ'זאָל זוכה זיין צום שבתי בבית ה', און מ'זאָל קענען מאַכן די ריכטיגע הכנה.
עס קומט דאך ראש השנה. עס שטייט טאַקע אויך פון דעת משה אויפ'ן פּסוק "ברוך אתה בעיר וברוך אתה בשדה" זאָגט ער, אַז "עיר" איז א לשון פון התעוררות, אז אידן זאלן געבענטשט ווערן צו האבן אן התעוררות און א רצון צו קענען דאַווענען, און ווען עס קומט צום דאַווענען, זאָל מען קענען דאַווענען מיט אן התלהבות, מיט אן התרוממות, און דורכדעם וועלן קומען אַלע ברכות, "ברוך אתה בשדה" איז מרמז אויף אלע ברכות בגשמיות, עס זאָלן קומען אַלע השפּעות און ברכות. "ברוך אתה בבואך" דאס איז מרמז אויף ראש השנה, עס קומט דאך א נייע יאָר, זאָל קומען א גוט יאָר "וברוך אתה בצאתך" אַז דאָס גאַנצע יאָר ביזן אַרויסגיין זאָל זיין געבענטשט.
ברכת הקודש
זאָל דער אויבערשטער העלפן, מ'זאָל קענען לערנען מיט הרחבת הדעת, און די מרביצי תורה זאָלן קענען מרביץ תורה זיין. און די תלמידים זאָלן נישט קיין רחמנות האָבן אויף זיי, נאָר ווי מער אַרויסנעמען, ווי מער מוטשענען אַרויסצונעמען פון זיי. עס שטייט דאך "ומתלמידי יותר מכולם" אָבער עס דאַרף דאך זיין די מקבלים. אַז עס וועלן זיין גוטע מקבלים וועלן זיין גוטע משפּיעים.
זאָל דער אויבערשטער העלפן, אַלע זאלן געבענטשט ווערן מיט הרחבת הדעת, צו האָבן א רואיגן קאָפּ צו קענען מרביץ תורה זיין און זיצן און לערנען געזונטערהייט, עס זאָל קומען בני חיי ומזוני, א גוט געבענטשט יאָר און א כתיבה וחתימה טובה.