ער האָט געזאגט פֿאַר מיין טאַטן, איך טוה פשוט א פרעגט מיך "גייסט שוין אַהיים?" זאָג איך יא. פרעגט ער מיך "לאָזט מיך דאָ איבער אַליינס?"... ווי צו זאגן, ביזט דאך געקומען כאילו ווייל איך קען נישט זיין אַליינס... ער האָט אויך פֿאַרשטאַנען זיך צו ווערטלען. אלס מיט א געוואלדיגע פשטות און ענוות חן.
שוטטו בחוצות ירושלים
מיין שווער זאָל זיין געזונט האָט גאָרנישט מיט ראַחמיסטריווקא, חוץ פון דעם וואָס ער האָט אַן איידעם אין ראַחמיסטריווקא... מיין שווער האָט יארצייט נאָך זיין מאַמע י"ט כסלו. זי ליגט אין ארץ ישראל, און דער רבי זצוק"ל האָט דאָך געהאט יאָרצייט נאָכ'ן טאַטן כ"ק מרן אדמו"ר מהר"י זצוק"ל - כ' כסלו. פלעגן זיי אַסאַך מאָל זיך טרעפן אויפ'ן פליגער, וואָס ביידע זענען געפאָרן לכבוד'ן יארצייט. איין יאָר איז געווען אַז דער רבי איז געפאָרן שפעטער. יענעם יאָר מיין שווער איז נאָכאַמאָל געפֿאָרן קיין ארץ ישראל אביסל שפּעטער אום חודש טבת, ווייל זיין טאַטע איז געווען שטאַרק נישט געזונט, און ווייטער האָט ער געטראפן אויפ'ן פליגער דעם רבי'ן וואָס איז געפאָרן שפעטער ווי געווענליך. שפעטער איז זיין טאַטע טאַקע דאָרט אַוועק, און דער רבי איז אים געקומען מנחם אבל זיין דאָרט אין מאַטערסדאָרף. פרעגט אים מיין שווער וואו ער האָט געהערט אַז זיין טאַטע איז אַוועק. האָט ער געענטפערט מיט א פשטות, אַז ער האָט געזען צעטלעך אויף די גאס, איז ער אים געקומען מנחם אבל זיין.
ולדבקה בו וללכת בדרכיו
עס איז געווען ווען אונז האָמיר געקויפט א הויז אין סיגעיט. פאַרשטייט זיך, ס'איז געווען נאָכ'ן זיך דורכרעדן מיטן רבי'ן. דער רבי האָט מיר דעמאָלט געזאָגט, האסט זיך א דאון פעימענט, האסט גענוג געלט אַראָפּצולייגן, און אויף דאָס איבעריגע וועט דער אויבערשטער שוין העלפן ווייטער. יענעם יאָר במשך די הייליגע טעג, איז געווען א שווערע פּראַווענען. דאַכט זיך אַז דער ספינקער רבי כ"ק אדמו"ר רבי הערשלע זצוק"ל איז יענעם יאָר אַוועק, און דער רבי האָט געהאַט אַסאַך מער מענטשן ווי פריער. עכ"פ די שטוב מענטשן האָבן אָפּגעמאַכט נאָך די הייליגע טעג, אַז דער רבי מוז אַוועקפֿאָרן אויף אַפּאָר טעג, און מ'האט געטראַכט אַז אפשר וואָלט "סי-גיעט" געווען א גוט פּלאַץ פאַר'ן רבי'ן זיך אָפּצורוען. מ'האט מיך געפרעגט אויב דער רבי קען קומען צו מיר. איך האָב שוין געוואוסט אַז אין שטוב איז מען מסכים, און איך האָב געזאָגט, יאָ אוודאי. אונז האָמיר געלאַדענט דעם רבי'ן צו קומען צו אונז. דער רבי האָט עס אָנגענומען און ער איז טאקע געקומען. דעמאָלט איז געווען אונזער הויז איין שטאָק, ס'איז געווען נישט קיין גרויסע דירה. אונז זעמיר אריין צו מיין שווער אויף א וואך, און דער רבי איז געווען אין אונזער דירה. במשך די גאַנצע װאָך, פון זונטאָג ביז דאָנערשטאָג, בין איך יעדן נאַכט געגאַנגען שפּאַצירן מיטן רבי'ן. אַזוי איז דאָס געווען, צוויי יאָר נאָכאַנאַנד איז דער רבי געקומען צו אונז אױף אָפּרוה. דאָס דריטע יאָר האָט דער רבי שוין נישט געקענט קומען, איז ער נאָר געקומען יעדע נאַכט קיין סיגעיט, און מ'איז געגאַנגען שפּאַצירן אביסל. ביי די שפּאַצירן האָט דער רבי דערציילט אַסאַך סיפורי צדיקים. ביי די שפּאַצירן האָב איך געהערט פון רבי'ן די אַלע סיפורי צדיקים װאָס מען קען היינט שוין זען אין די ספרים פונעם רבי'ן. ס'איז געווען אינטערעסאנט מיטצוהאַלטן, אז אַלעס וואָס דער רבי האָט דערציילט איז נישט געווען סתם א מעשה פון א צדיק, א מופת צו וואָס. אַלעס איז געווען מעשיות פון וואָס דער רבי האָט גענומען א מוסר פון דעם. ס'האָט אַלעס אָפּגעשפיגלט אינעם רבי'נס התנהגות, אין רבי'נס לעבן, אין רבי'נס טראַכטן. ער האָט קונה געווען עפעס פון די מעשיות. ס'איז נישט געווען אבי דערציילט.
ומדבר כלשון עמו
דער רבי האָט גערעדט מיט יעדן מיט אַזאַ פּשטות, יעדן מיט זיין שפּראַך, אָבער איך האָב עס נישט אָנגעקוקט אַלס אַן עניוות, און איך וועל מסביר זיין פאַרװאָס. איך זעה היינט, אַז מען שרייבט אויפ'ן רבי'ן "אבינו רועינו". האָב איך געקלערט צו מיר, ווי קומט דאָס. מילא נאכ'ן קריג זענען אָנגעקומען אידן, קיינער האָט נישט געהאַט קיין טאַטע-מאַמע. און די צדיקים, די רבי'ס זענען געווען ווי א טאַטע פאר יעדן. אָבער אונזער רבי איז דאך געווען שפעטער. אָבער יעדער ווייסט וויאזוי עס גייט ביי זיך. ב"ה די אינגעלייט האָבן קינדער, און א טאַטע רעדט צו יעדן קינד לויט זיין שפּראַך. ביי די צוויי יאָר רעדט מען איין שפּראַך, ביי די פיר יאָר אן אַנדערע שפּראַך, ביי די פינף יאָר נאָך אַנדערש. ס'איז נישט קיין עניוות פונעם טאַטן. פשוט, ער קען דעם שפּראַך פונעם קינד, און אַזוי רעדט ער צו אים. דאָס זעלבע, ווען א קינד וויינט, פרשטייט דער טאַטע פּונקטליך וואָס עס ליגט אונטער דעם. דער רבי האָט געהאט א חוש, אַז צו יעדן איינעם האָט ער גערעדט זיין שפּראַך. ער איז געווען א "טאַטע" צו יעדן. מ'האט עס אפילו נישט געוואוסט, מ'האט נישט געכאַפּט אַז דאָס איז נישט דער רבי. דער רבי איז נישט געווען אויף אונזער דרגה. ער האָט אָבער צו יעדן געהאַט זיין שפּראַך.
ויותר לבדו
דרייסיג אינגעלייט זעמיר מיטגעפארן אויף שבת. איינמאל איז דער רבי געפארן קיין לאָנדאָן אויף א שבת, און אונז זעמיר מיטגעפארן. אפשר דער רבי איז געבליבן דאַכט זיך, ביז דינסטאָג, און אונז זעמיר אַהיימגעקומען שוין זונטאָג אינדערפרי. זונטאָג אינדערפרי האָמיר געדאווענט אין ביהמ"ד וויזניץ-מאָנסי מיט'ן ערשטן מנין, און אונז האָמיר שוין מיטגענומען די פעקלעך אין ביהמ"ד. פונקט בין איך געשטאנען ביי די טיר ווען דער רבי איז אריינגעקומען. דער רבי זעט מיך מיטן רענצל, און ער פרעגט מיך "גייסט שוין אַהיים?" זאָג איך יא. פרעגט ער מיך "לאָזט מיך דאָ איבער אַליינס?"... ווי צו זאגן, ביזט דאך געקומען כאילו ווייל איך קען נישט זיין אַליינס... ער האָט אויך פֿאַרשטאַנען זיך צו ווערטלען. אלס מיט א געוואלדיגע פשטות און ענוות חן.
אני איני מצוה
ווען איך בין נאָך געווען א בחור איז געווען א איד, איך ווייס נישט פונקטליך וואס ס'איז געווען, אָבער ער האָט געהערט אינפאָרמעישאָן אויף מיר, זעט אויס אַז ס'האט אים געפעלן, און ער האָט געװאָלט אונז זאָל מיר אויסהערן דעם שידוך מיט זיין טאָכטער. ער האָט געוואָלט טון דעם שידוך. אָבער אונז האָט עס נישט געצויגן, און מ'האט נישט געוואָלט. ער האָט געהערט אַז איך גיי קיין ראַחמיסטריווקא, איז ער אַריין צום רבי'ן, און ער האָט געבעטן אַז דער רבי זאל הייסן אַז מען זאָל טון דעם שידוך. האָט דער רבי געענטפערט "איך הייס נישט טון קיין שידוכים, אויב איר ווילט קען איך דאָס אָנטראָגן. אָבער איך הייס נישט טון קיין שידוכים". האָט יענער געזאָגט, גוט, זאָל דער רבי דאָס אָנטראָגן. האָט הרה"ח ר' יושע חיים שליט"א גערופן מיין טאַטן, ער זאָגט אים, דער רבי רופט אייך. ווען ער איז אריינגעקומען, האָט דער רבי אים דערציילט די גאַנצע זאַך, און ער האָט טאַקע אָנגעטראָגן דעם שידוך. אָבער
יותר ויותר
איינמאל איז געווען אום חודש אלול האָב איך געטראָפן א איד אין באָראָ פּאַרק, און ער פרעגט מיך אַזױי, "אָה משה וואָס מאַכסטו, גייסט נאָך אויף ראַחמיסטריווקא?" זאָג איך, יאָ, וואָס איז. זאָגט מיר יענער, וואָס הייסט, און ער הייבט אן אויסצורעכענען עפּעס זאַכן וואס ער איז נישט צופרידן געווען. נאָכדעם פרעגט ער מיך "ביים בעל שם איז דאָס געווען?". זאָג איך אים, "הייסט אַז דו האסט געמיינט אַז דער רבי איז דער בעל שם?" זאָגט ער מיר "וואָס הייסט, אויב נישט, פֿאַרװאָס דען גייט מען צו אים?" אין קאָפּ. עס קומט נאָך סוכות, און דער רבי איז געקומען אויף סי-געיט און כ'האב איך באגלייט ביים שפּאַצירן. דער רבי קומט אָן מיט די קאַר וואו מען גייט אַרויס, און פונקט דעמאָלט איז מיר דורכגעלאפן אין מחשבה פון דעם וואָס יענער האָט מיר געזאָגט. איך האָב געקלערט צו מיר, ווי קען זיין אַזאַ זאַך. ס'איז דורך די פאר יאָר וואָס איך בין געוואָרן נאָנט צום רבי'ן. יעדעס יאָר וואָס איך קען דעם רבי'ן בעסער, זעה איך אַז דאָס איז נישט סתם א געהויבענער איד וואָס איז געווייקט אין תורה און חסידות. נאָר דאָס איז א רבי, און ס'וואקסט אויף מיר יעדעס יאָר זיין גדלות. און דאָ איז דא א איד וואָס איז געווען א שטאַרקער חסיד, און גאָרנישט. אַזוי האָב איך געטראַכט צו מיר. און פלוצים, דער רבי שטייט נעבן מיר, דער רבי הייבט אָן צו רעדן, און ער זאָגט מיר, "וויאזוי איז דאָס, אז אַמאָל איז דא א איד װאָס איינער האַלט פון אים עולם ומלואו, און איינער גאָרנישט". זאָגט דער רבי ווייטער, "ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'הייבט אן. אַמאָל איז דאָ איינער וואָס ער זעט אויף איינעם אַז יענער איז א וואוילער איד, און מ'זעט אָה, ער האָט עפּעס א מעלה. ער איז עפּעס. נאָכדעם זעט מען, אָה, ער האָט נאָך א מעלה. ווען מען זעט שוין די דריטע מעלה, זעט מען שוין אָה, דער איז עפעס". "נאָכדעם איז דא א מענטש וואָס ס'איז פאַרקערט. ער מיינט אויף א מענטש אַז ער איז עפּעס גאָר א גרויסער מענטש. נאָכדעם זעט ער אויף אים עפעס א פעלער. ס'איז נישט אינגאנצן אַזױי. נאָכדעם זעט ער אויף אים א צווייטן פעלער. הא. ווען ער זעט שוין א דריטן פעלער, איז ער שוין אָפּגעפרעגט..." איך האב געטראַכט, און דער רבי האָט געענטפערט... ויהי לפלא!
שניהם לדבר אחד נתכוונו
ס'איז געווען איין יאָר ווען איך בין געפארן אויף יום כיפור קיין ירושלים צו כ"ק מרן אדמו"ר דער ירושלימ'ער רבי'ן זצוק"ל. מיין זון איז דעמאָלט געווען צוועלף יאָר אַלט. איך האָב מורא געהאַט אַז ער זאָל פאַסטן. מ'האט דעמאָלט געדאַווענט אין באָיאַנער תלמוד תורה. איך ווייס נישט ווי הייס עס איז דאָרט, ווי קיל עס איז, ס'איז אויף א פרעמד פּלאַץ. האָב איך געפרעגט דעם רבי'ן צו ער זאָל פאַסטן. האָט דער רבי געזאָגט אַז ער זאָל פאַסטן, און אויב ער וועט זיין שוואַך, זאָל ער זיך אַראָפּלייגן. איך קום אָן אויף ירושלים, איך גיי אריין צום רבי'ן דאָרט, און ביי אים האָב איך עקסטער פרובירט. איך דאָס האָב אָנגעהויבן צו רעדן צו אים, און איך האָב אנגעהויבן זאגן אַז דער רבי אין אַמעריקע האָט געהייסן אַז ער זאָל פאַסטן. דער ירושלימ'ער האָט מיך שוין נישט געלאָזט רעדן ווייטער. ער האָט נאָר גלייך צוגעענדיגט "און אויב" ער איז שוואַך זאָל ער זיך אַראָפּלייגן". ממש די זעלבע ווערטער.
מיצר בצרתן של ישראל
אונז האָמיר א דיין אין סיגעיט, הרה"ג רבי פנחס מרדכי מייזליש שליט"א. ער לערנט אין א כולל להוראה אין פלעטבוש (פון די "כולל גראָסערי"). עס קומען אריין דאָרט אידן מיט פארשידענע שאלות און פּראָבלעמען. איינמאל איז דאָרט אריינגעקומען א פּאָרפאָלק וואָס האָבן געהאט פאַרשידענע ערנסטע פּראָבלעמען. פונקטליך וואָס, ווייס איך נישט. האָט איינער זיי מייעץ געווען, אז אין באָראָ פּאַרק איז דאָ דער ראַחמיסטריווקער רבי, גייסט אריין, בעטס דאָרט אויס. זיי קומען צום רבי'ן, זיי גייען אריין, און די פרוי הייבט אָן זיך אויסצורעדן. אָבער אינמיטן הערט זי אויף צו רעדן. דער מאַן קוקט איר אָן, ווי צו פרעגן, פֿאַרװאָס זי האָט זיך אָפּגעשטעלט. ווייזט זי אויפ'ן רבי'ן, זי קען נישט גיין ווייטער. ס'איז געווען ממש זלגו עיניו דמעות, ער וויינט מיט מיט אונזערע פּראָבלעמען, ווי קען איך אים אַזוי מצער זיין? זי האט נישט געקענט גיין ווייטער. דאָס איז געווען דער רבי, און ער זאָל זיין ווייטער, אף שם עומד ומשמש. דער אויבערשטער זאל העלפן, ער האָט אונז גוט געקענט, ער זאָל אונז ווייטער קענען אויבן, ער זאָל ווייטער בעטן פֿאַר יעדן איינעם וואָס ער דאַרף, און מיט וואָס מען דאַרף מיט אַלע ישועות.