Skip to content
מחמדינו

זמן הלימודים אין כתה מכינה לישיבה אָנגעהויבן מיט געוואלדיגע הצלחה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מיטן רעכטן פיס האָט זיך ב"ה אָנגעהויבן דער זמן הלימודים צווישן די תלמידים היקרים פון די עלטסטע כתה אין די תתלמוד תורה, תלמידי "כתה מכינה לישיבה" ביי וועמען עס הערט זיך דער קול תורה אדיר און די חשוב'ע כלי קודש שליט"א לייגן ווייטער אַריין די מאַקסימאַלסטע כחות, צוצוגרייטן די תלמידים, צו קענען בעזהשי"ת הצלחה'דיג דורכגיין דעם אַריבערגאַנג פון די קינדער-יאָרן צו די שנות הבחרות, ווייטער צו קענען שטייגן מיט הצלחה און סייעתא דשמיא.

שנת העלי'

אָנהייבנדיג דעם זמן הלימודים האָט מען גלייך געזען אויף די תלמידים ווי זײַנען געקומען מיט א פרישן חשק און ברען, מיט די ריכטיגע ידיעה, אַז "כתה מכינה לישיבה" איז א נייער דערהער. מ'הייבט אן אויסצוטון די קינדערישע שיכלעך... און מען טרעט אַריין אין די ימי הבחרות, ווען עס פאָדערט זיך שוין מער ערענסטקייט און ערוואַקסנקייט, וואָס זייענדיג באגלייט במשך אַלע פריערדיגע יאָרן מיטן ריכטיגן חינוך און הדרכה, באגלייט דאָס ווייטער די תלמידים צו קענען אָנהייבן די נייע תקופה אין לעבן מיטן גאַנצן שטאַרקקייט און פעסטקייט.

גלייך דעם ערשטן טאָג פונעם זמן האָבן די תלמידים געהערט די דרשת פתיחת הזמן פונעם מנהל רוחני הרה"ג ר' שלום הכהן קאטצבורג שליט"א, וועלכער האָט בטוב טעם ודעת פאָרגעשטעלט פאר די תלמידים דאָס וויכטיגקייט פונעם קומענדיגן יאָר, א יאָר וואָס שטעלט אַוועק די הצלחה פון יעדן תלמיד אויף במשך פון זיינע בחור'ישע יאָרן, און אַזוי אויפ'ן גאַנצן לעבן בעזהשי"ת. און די הצלחה פונעם יאָר איז שטארק געװאָנדן אין יעדן תלמיד באזונדער, וויאַזוי מען גייט צו דערצו.

אויב מ'גייט צו דערצו מיטן גאַנצן ערענסטקייט, מיט א קבלת עול זיך צוצושטעלן צו אַלעם וואָס עס פֿאָדערט זיך, און בעיקר צו קוקן אויף יעדע זאַך מיט אן ערוואַקסענעם בליק, קען מען בעזהשי"ת שטייגן און בליען, ווי דער מציאות איבערגעצייגט במשך די אַלע פריערדיגע יאָרן, אַז די תלמידים האָבן זיך אַזוי שטארק געהויבן דורכאויס דעם יאָר, מ'האט קונה געווען פעסטע קנינים בתורה, ביראת שמים, בהנהגה טובה וישרה ווי עס פּאַסט זיך פאר א חסיד'ישן בחור, מיט וועלכע כחות מ'איז ווייטער אַזוי שיין געשטיגן אַלע יאָרן שפּעטער.

קול התורה נשמע

די דברי פתיחה האָט אוועקגעשטעלט דעם ריכטיגן טאָן ביי די תלמידים, וועלכע האָבן מיט אן אוזן קשבת אויפגענומען די דברים נכוחים און האָבן זיך טאַקע אַריינגעוואָרפן בעסק התורה והתעלות רוחני מיטן גאַנצן חשק, במסילה העולה בית קל מיט וואָס זיי וועלן בעזהשי"ת ווייטער שטייגן דורכאויס דעם גאַנצן יאָר.

דער סדר היום פון די כתה איז ווי א פרישער דערהער פאר די תלמידים, ווען דער טאָג ווערט לענגער, און רוב שעות פונעם טאָג געפונט מען זיך בין כותלי הישיבה וואָס איז מוקדש בלויז אויף לימוד התורה, פאָרלערנען, חזרה, עבודת התפלה א. א. וו. צו וואָס די תלמידים שטעלן זיך מיטן גאַנצן חשק, זוכנדיג צו קענען שטייגן וואָס מער במשך דעם גאַנצן יאָר.

ווי אין די פריערדיגע יאָרן האָט מען אָנגעהויבן צו לערנען פרק "האיש מקדש" אין מסכת קידושין אויף "שיעור עיון" וואָס איז כשמו כן הוא, ווען דער לימוד ווערט געלערנט מיטן גאַנצן עיון. די חשוב'ע מרביצי תורה ומגידי שיעור שליט"א לייגן אַריין די בעסטע כחות מדריך צו זיין די תלמידים מיטן ריכטיגן דרך הלימוד, צו לערנען מיט הבנה און עמקות, צו פאַרשטיין יעדעס ענין מיט א קלאָרקייט, וואָס פרעגט די גמרא, וואָס איז שווער פאר תוספות, און וויאזוי ווערט עס פֿאַרענטפערט מיטן תירוץ פון תוספות.

הבנת דברי התוספות

ווי דער שטייגער פון אַלע יאָרן, פֿאַרלייגט מען ספּעציעלע כחות טאַקע אויף לימוד התוספות, צו פאַרשטיין גרונטליך יעדעס וואָרט פון תוספות, און די שיעורים ווערן באגלייט מיט ביאורים מדברי גדולי המפרשים, א שטייגער ווי מהרש"א, פני יהושע, חתם סופר און נאָך.

דערביי זענען די תלמידים מקיים דעם "וקנה לך חבר" איז דער קנה, דער שרייב-פעדער זאָל זיין דיין חבר, ווען יעדער תלמיד האָט פֿאַר זיך א העפט אויף וועלכן מ'פארשרייבט זיך דעם תמצית פון יעדן תוספות מיט די דברי המפורשים, וואָס העלפט אַזוי שטארק צו אַז מען זאָל זיך נאָכאַמאָל קאָנצענטרירן איבערצוגיין אין מח יעדן תוספות מיט א קלאָרקייט, אַזוי צו קענען אַראָפּשרייבן דעם תמצית העולה, וואָס העלפט אַזוי שטארק צו צו קענען קובע זיין אין מח יעדעס וואָרט פון די דברי התוספות.

אַצינד שוין עטליכע וואָכן אַריין אינעם זמן, האָט מען שוין ב"ה דורכגעלערנט א גאנצן בלאַט פון דעם פרק, און מ'זעט דעם געוואלדיגן ערענסטקייט ביי די תלמידים, צו לערנען מיטן גאַנצן געשמאק און חיות, מיט אן הבנה יתירה, כי הם חיינו ואורך ימינו. גאר שטארק האט זיך דאס ארויסגעוויזן ביי די בחינות בכתב, ווי די מגידי שיעור געבן איבער מיט התפעלות אויף די קלארע און גרונטליכע הבנה פון די תלמידים קע"ה.

ווידעראום אויף שיעור פשוט האָט מען אנגעהויבן צו לערנען מסכת סוכה, וואָס מ'האפט אי"ה דורכצולערנען במשך השנה די גאַנצע מסכת. פאר די הצלחה פון די תלמידים האָט מען מסדר געווען אָנצוהייבן ביים סיום, לערנענדיג "פרק החליל" ביי וועלכן מ'האט שוין דורכגעלערנט דריי בלאט. די תלמידים לערנען און חזר'ן, און ביי די עטליכע בחינות בכתב וואָס זענען שוין אָפּגעהאַלטן געוואָרן, זעט מען דעם הבנה און התעלות פון די תלמידים אויף א געוואלדיגן פאַרנעם.

הכנה דרבה לימים הנוראים

לכבוד די ימים הנוראים העעל"ט, האָבן די תלמידים געהערט עטליכע דרשות פון חשוב'ע מגידים ובעלי דרשנים שליט"א, מיט דברי הכנה דרבה אַרויסצוהאָבן דאָס ערנסטקייט און געהויבנקייט פון די קומענדיגע טעג.

פאר ראש השנה האָט מען געהערט די דרשה נלהבה פון הרה"צ רבי פנחס אלימלך שטיין שליט"א חדב"ן, וועלכער האָט אַרומגערעדט דברי התעוררות איבער דעם הייליגן זמן ותוקף קדושת היום, וואָס האָט שטאַרק אָנגעוואַרעמט די הערצער פון די תלמידים אויסצוניצן די גרויסע זמנים ווי ס'דארף צו זיין.

דאָנערשטאָג-עשי"ת, יום י"ג מדות איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן א שיינעם "פארברענג" צווישן די תלמידים צוזאַמען מיט די מרביצי תורה ורמ"י הישיבה שליט"א. א לענגערע צייט האָט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות ודביקות, און מ'האט געהערט די וואַרעמע דרשה פון מגיד מישרים הרה"ג רבי שלמה קנאבליך שליט"א ר"מ בישיבת באבוב, וואָס האָט שטאַרק עושה רושם געווען אויף די תלמידים.

גרייטנדיג זיך צום זמן שמחתינו פונעם יו"ט סוכות הבעל"ט, וועלן די תלמידים בעזהשי"ת ווייטער אויסנוצן די געהויבענע טעג, מקיים צו זיין די מצוות החג מיטן גאַנצן שלימות, און בעיקר אויסצונוצן פון זיך אַליינס די געהויבענע טעג, ווייטער צו שטייגן, עוסק צו זיין בתורה, ואין שמחה כשמחת התורה.

אַזוי שטייגן די תלמידים ב"ה מיט א געוואלדיגע הצלחה, און וועלן בעזהשי"ת אויסשטייגן לשם ולתפארת הוריהם ומוריהם.

דרשות און אויפטריטן געהערט אַלס הכנה לימים טובה צווישן די תלמידים פון עלטערע כתות אין די תלמוד תורה

שטייענדיג אין די ימי חודש תשרי, האָבן די תלמידים פון די עלטערע כתות געהערט די באלערנדע דרשות פון די חשוב'ע רבנים ומגידים שליט"א, וואָס האָבן צוגעגרייט די תלמידים מיט די ריכטיגע הכנה צו די ימים הנוראים וימים טובים המשמשים ובאים לטובה.

מאָנטאָג ב' דסליחות העעל"ט האָבן די תלמידים כתות ז', ח' און כתה מכינה אויפגענומען דעם באַרימטן מלהיב לבבן של ישראל הגה"צ רבי אברהם שארר שליט"א רב דביהמ"ד נזר גדלי', וועלכער האָט משמיע געווען מאמרותיו מיט פּאַסיגע דברי הכנה לימים נוראים וואָס האָט איבערגעלאָזט אויף די תלמידים א שטאַרקן רושם.

דינסטאָג סליחות האָבן די תלמידים פון כתות ה' און ו' געהערט די דרשת הכנה לימים נוראים דורכ'ן באקאנטן פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי מאיר ברוך שטיין שליט"א ר"מ בישיבת אמרי חיים וויזניץ ומח"ס "א קוואַל פון חיזוק" וואָס האָט בנועם שפתיו פאָרגעשטעלט פאר די תלמידים דאָס גרויסקייט פון די קומענדיגע טעג.

די וואך מיטוואָך האָבן די תלמידים פון כיתות ז' און ח' געהערט דעם שיעור בהלכות סוכה וד' מינים, יום טוב וחול המועד וואָס איז איבערגעגעבן געוואָרן דורך דומ"ץ דקהלתינו הק' הרה"צ רבי מאיר יוסף רובין שליט"א חדב"ן. דער שיעור איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן בדרך שאלות ותשובות, ווי די תלמידים האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגעבן זייער שאלות וואס טרעפן זיך דורכאויס די ימי החג, און דער חשוב'ער דיין שליט"א האט בטוב טעם ודעת געענטפערט אויף אלע שאלות, און די שיעור האָט אַריינגעברענגט ביי די תלמידים די וויכטיגע ידיעות און הלכות צום הייליגן יו"ט.

גרייטנדיג זיך צו די ימי חג הסוכות וימי חול המועד הבעל"ט, גרייטן זיך די תלמידים ווייטער עוסק צו זיין בתורה, באשטימטע זמנים אויף יעדן טאָג, אַזוי זיכער צו מאַכן בעזהשי"ת אַז קיין איין טאָג גייט נישט דורך לריק אָן קיין לימוד התורה.

די חשוב'ע כלי קודש שליט"א האָבן אויסגעשטעלט ספעציעלע סדרי לימוד וואָס צו חזר'ן במשך די ימי חג הסוכות, מיט א שיינע מתן שכרה בצידה און טייערע גורלות פאר אלע וואס פלייסן זיך מיטצוהאַלטן דעם פראגראם, און בעזהשי"ת וועלן די עלטערן ווייטער שעפן דעם נחת און שמחת יו"ט, מיטהאַלטנדיג ווי אויך אָן דעם װאָס די מען געפונט זיך אין חדר, נוצן די תלמידים אויס די צייט אויף עוסק צו זיין בתורה.

עלטערן קענען זיך אַליינס פאַרגינען דעם נחת, מיטן מזרז זיין און דערמאַנען די תלמידים מיטצוהאַלטן די סדרי הלימוד, אַזוי אָנצוהאַלטן אַזוי שטייגן די תלמידים ב"ה מיט א געוואלדיגע הצלחה, און וועלן בעזהשי"ת אויסשטייגן לשם ולתפארת הוריהם ומוריהם.

ספּעציעלער "לוח השנה" פארטיילט אלס געשאַנק פאר חשוב'ע "אדירי החינוך" תומכי ומחזיקי מוסדותינו הק'

לכבוד השנה החדשה שנת תשפ"ז, האָבן די חשוב'ע תומכים ומחזיקים פון די הייליגע מוסדות ערהאַלטן דעם ספּעציעלן געשאַנק, א "לוח השנה" מיט די פונקטליכע סדרי הזמנים אויף מדי יום ביומו פונעם גאַנצן יאָר, וואָס פיגורירט אין די הייזער, פון וואָס די תומכים זענען געוויס נהנה טאָג-טעגליך.

More in this printout

View the whole printout