מוגש בזה מכתב רשימת זכרונות שנכתב ע"י ידידינו הדב יוחנן קאסטען שליט"א מלמד מומחה בתלמוד תורה, מלא וגדוש עם זכרונות הוד והדד על עבודת הקודש של אבינו דועינו כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל בעת עריכת ההקפות
לכבוד המערכת גליון מחמדינו הע"י
לקראת די יו"ט סוכות הממשמש ובא, און דערנאך די צווייטע טעג יום טוב, שמיני עצרת און שמחת תורה, וויל איך דא משתף זיין מיט'ן ציבור רשימות פון די געהויבענע צווייטע טעג בצל הקודש, ביי די עבודת פון הקפות ביי אבינו רועינו כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל.
די מטרה פון די רשימות איז נישט ארויסצוברענגן גענוי ווי אזוי עס האט אויס געזעהן די הקפות ביים רבי'ן זצוק"ל אין די פריעדיגע יארן, בפרט פאר די יונגע דור וואס האט נישט זוכה געווען דאס מיטצוהאלטן, און בכלל הרגשים איז נישט שייך ארויס צו שרייבן. איך וועל נאר פרובירן אביסל צו פארצייכענען לויט מיינע זכרונות פון די פריעדיגע צייטן ווי אזוי עס האט אויס געקוקט די הקפות, און ווי אויך געוויסע זאכן וואס איך האב געהערט פון אבי מורי [הרה"ח רבי יהושע חיים - משב"ק] שליט"א, ווי אזוי דער רבי זצוק"ל האט אוועק געשטעלט די הקפות אין די ערשטע יארן, כדי עס זאל בלייבן אין זכרון און נישט פארגעסן ווערן למען ידעו דור אחרון.
די גאנצע עולם זאל טאנצן
ראחמיסטריווקא איז געווען די סדר ביי רבותינו הקדושים אז די עולם האט אויך געטאנצן אינדערמיט ביי די הקפות. אין סקווירא איז דער מנהג אז דער עולם טאנצט נישט ארום בשעת די הקפות, נאר דער רבי אליינס טאנצט, און דער עולם טאנצט אויפ'ן פלאץ. ווען דער רבי זצוק"ל איז געקומען קיין בארא פארק, האט ער דוקא געוואלט אז דער עולם זאל אויך טאנצן, אזוי ווי די מנהג אין ראחמיסטריווקא.
שפעטער ווען מ'איז געווען אין די זאל "ארמון-טערעס", און ס'איז שוין נישט געווען קיין פלאץ אין זאל פאר יעדעם צו טאנצן אינטן, האט מען געבעטן דעם רבי'ן רשות אז די בחורים זאלן בלייבן אויף די פארענטשעס ווען דער עולם טאנצט אינטן, האט דער רבי קוים מסכים געווען נאר מיט איין תנאי אז די בחורים וועלן טאנצן אויפן פלאץ בשעת דער עולם טאנצט אינטן.
וואס דארף מען רעדן...?
דעם ערשטן יאר תשמ"ג האט מען נאך נישט געוואוסט ווי אזוי עס וועט זיך אויסשטעלן דעם אופן און די סדר ווי אזוי דער רבי וועט טאנצן די הקפות.
איך האב געהערט פון אאמו"ר שליט"א, אז איינער א קרוב איז געקומען רעדן צו הרבנית הצדיקת ע"ה און געפרעגט ווי אזוי דער רבי וועט טאנצן. דער רבי איז פונקט אדורך געגאנגען, און ער האט געהערט די שמועס. ווען דער רבי איז אריין אין זיין צומער איז מיין טאטע דארט געווען, האט אים דער רבי דערציילט אז, "די לעצטע יאר שמחת תורה פון זיין שווער הרה"ק מסקווירא זצוק"ל, איז ער שוין זייער שוואך געווען, און מען האט געשמועסט דארט אין שטוב ווי אזוי עס וועט צו גיין די הקפות, און דער שווער זצוק"ל האט געהערט די שמועס האט עס אים שטארק וויי געטוען, און האט זיך אויסגעדריקט, 'וואס דארף מען רעדן? עס וועט זיין ווי אזוי עס וועט זיין...' אזוי אויך האט דער רבי זצוק"ל געזאגט בנוגע זיין הקפות וואס דארף מען רעדן און פלאנירן.
איז וויבאלד אז מ'האט נישט געוואוסט פון פאראויס די גענויע סדר, אבער דאס האט מען געוואוסט אז דער רבי וויל אז די עולם זאל טאנצן, איז באלד ווען מ'האט אנגעהויבן די ערשטע הקפה, האט די עולם אנגעהויבן טאנצן אינדערמיט, און דער רבי איז כדרכו ארומגעגאנגען די בימה (זעה שפעטער), און פלוצלינג איז דער רבי ארויס אינדערמיט און זיך גענומען טאנצן, און די עולם האט זיך גערוקט צו די זייטן, און פון דעמאלס איז אזוי געווארן די סדר.
ריקוד עם הבנים
דער ערשטע יאר האט דער רבי זצוק"ל געטאנצן ביי יעדע הקפה מיט איינער פון די קינדער. איך האב געהערט פון אאמו"ר שליט"א אז דער רבי זצוק"ל האט דערציילט אז הרה"ק ר' דוד'ל סקווירער זי"ע פלעגט טאנצען יעדע הקפה מיט אן אנדערע קינד, און ביי זעקסטע הקפה האט ער געטאנצען מיט אלע קינדער צוזאמען (זעה אמ"ט סיפורי קודש ח"א עמ' תס"ז). עס קען זיין אז דאס איז געווען דעם פשט אין דעם רבי'נס טאנצען דעם ערשטע יאר מיט די קינדער. [שפעטער האט דער רבי מער נישט געטאנצן יעדע הקפה מיט א קינד, און ער האט געזאגט אז וויבאלד ער טראגט א טלית איז שווער צו טאנצן מיט א קינד].
טלית
דער ערשטע יאר האט דער רבי זצוק"ל געטאנצן די הקפות אהן א טלית אזוי ווי דער מנהג איז אין סקווירא. דעם צווייטע יאר האט כ"ק אדמו"ר דער רבי פון ירושלים שליט"א גערעדט מיטן רבי'ן איבער דעם אז די מנהג ראחמיסטריווקא איז געווען אז די רבי'ס האבן געטאנצען די הקפות אנגעטון מיט א טלית. (די ערשטע פאר יאר, איז דער רבי פון ירושלים שליט"א געווען פאר א תקופה אין אמעריקע, און ער איז געקומען גאר אסאך צום פעטער דער רבי זצוק"ל)
איך האב געהערט אז דער רבי האט געהאט געזאגט אז דאס וואס דער זיידע הרה"ק ר' דוד זי"ע איז געגאנגען מיט א טלית, איז געווען וויבאלד ער איז געווען דער בעל תפילה ביי מעריב וואס מען גייט מיט א טלית האט ער ווייטער ממשיך געווען ביז נאך די הקפות.
למעשה האט דער רבי איינגעשטימט און אנגעטון א טלית, און במשך אלע יארן האט דער רבי אפגעראכטן די הקפות מיט א טלית.
פרק בשיר
בענין וועלכע ניגונים מען זאל זינגען ביי הקפות, האט דער רבי זצוק"ל געזאגט פאר מיין טאטן שליט"א אויף אפאר ניגונים אז ער וואלט נישט געוואלט מ'זאל זיי זינגען, און מסביר געווען אז ער וויל מ'זאל זינגן אזעלעכע ניגונים וואס מען קען טאנצן מיט דעם, וואס האט געמיינט צו זאגן וואס דער עולם קען טאנצן מיט דעם.
אאמו"ר שליט"א האט מציע געווען פארן רבי'ן וועלכע ניגונים מ'זאל זינגען, פארשטייט זיך פארצייטישע חסיד'ישע ניגונים, און מען האט דן געווען ארויף און אראפ, ביז עס איז געבליבן וועלכע ניגונים צו זינגען. ס'האט גענומען עטליכע יאר ביז ס'איז אוועקגעשטעלט געווארן אינגאנצן, ווייל אין אנהייב זענען געווען ניגונים וואס מ'האט געטוישט ווייל ס'האט זיך נישט אזוי גוט געטאנצט מיט זיי.
אשרי העם
דער ניגון "אשרי העם" איז געווארן דורך דעם וואס איינער האט אנגעהויבן דעם ניגון ביי שמחת בית השואבה איינע פון די ערשטער יארן, [די ערשטע תקופה איז געווען איינגעפירט אז דער לעצטער וואס האט געזאגט די שיר המעלות פאר די טאנץ האט אנגעהויבן די ניגון], און פאר מיין טאטן האט דער ניגון געפאלן, האט ער יענעם יאר אנגעהויבן זינגען דעם ניגון, אבער אן די ווערטער כנהוג.
ניגון בלי צמצום
איינע פון די זאכן וואס דער רבי האט שטארק פארלאנגט וועגן די ניגונים, איז געווען אז מ'זאל זינגען ניגונים אהן ווערטער. ס'איז כדאי צוצולייגן די מעשה וואס ס'איז געווען אמאל ווערן כ"ק אדמו"ר בעל נועם אליער מסקולען זצוק"ל איז געווען ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצוק"ל, און דער סקווירער רבי האט אים מכבד געווען צו זינגען א ניגון, האט ער געזינגען איינע פון זיינע ניגונים מיט ווערטער. דערנאך האט אים דער סקווירער רבי געבעטן צו זינגען א ניגון אן ווערטער. שפעטער האט דער סקולענער רבי מסביר געווען, אז א ניגון מיט ווערטער איז א ניגון מיט צמצום, אבער א ניגון אן ווערטער איז א ניגון אן צמצום.
בכלל די אמאליגע ניגונים זענען אלס געווען אהן קיין ווערטער, דער רבי פלעגט דאס שטארק פארלאנגען. אזוי אויך ביי די טישן. און טאקע עד היום הזה הייבט אאמו"ר שליט"א אהן דעם ניגון אשרי העם אהן די ווערטער, הגם וואס שפעטער האט דער רבי אליינ'ס מיט געזינגן די ווערטער.
הראת לדעת
ווען עס קומט ארויף אויף די געדאנק ווי דער רבי זצוק"ל האט געזאגט דעם "אתה הראת לדעת" קומען ארויף אזעלכע הרגשים וואס מען קען עס נישט מסביר זיין. דער רבי האט אנגעהויבן מיט אזא קאך מיט אזא הויעכע טאן, און עס איז אלץ געווארן העכער און שטערקער, ביז ווען דער עולם האט זיך שוין געמוטשעט נאך צו זאגן. די ווערטער האבן זיך געטייטשט פון זיך אליין, "אין עוד מלבדו" - - - "אין כמוך באלקים ה' - - - ", "ואמרו הושיעינו אלקי ישענו - - - ", "ויהיו נא אמרינו לרצון - - - " וגו', "ואמר ביום ההוא הנה וגו' זה ה' קוינו לו - - - " וגו', מיט אזא פלאם פייער. דאס האט מען ב"ה זוכה געווען צו הערן ממש ביז די לעצטע צייטן און עס קלינגט נאך אין די אויערן. הלא למשמע אוזן תאבה נפשינו!!!
ספר תורה
הרה"ח ר' יעקב שמשון ראוויצקי הי"ו האט געעפענט דעם ארון קודש פאר דער רבי האט געזאגט ויהי בנסוע הארון וגו'. נאכן ענדיגן האט ר' יעקב שמשון ארויסגענומען דעם קליינעם ספר תורה. די ערשטע יארן האט דער רבי געניצט א קליינע ספר תורה פון הר"ר משה יהושע קליין הי"ו. נאך די פטירה פון זיין מוטער, די אלטע רביצין הרבנית הצ' אסתר רבקה ע"ה, האט דער רבי זצוק"ל באקומען בירושה דעם ספר תורה פון הרה"ק ר' נחומ'טשע זי"ע, האט דער רבי דאס גענוצט ביי די הקפות במשך אלע יארן.
תן כבוד לתורה
דער גבאי האט אויס גערופן דעם רבי'נס נאמען, און צו געלייגט "תן כבוד לתורה", און אזוי אויך אלע וואס האבן באקומען די ערשטע הקפה זייער נעמען און "תן כבוד לתורה".
די ערשטע יארן האט מען אזוי אויסגערופען ביי אלע הקפות, בהמשך השנים האט ר' יעקב שמשון געזעהן אז עס נעמט צו לאנג, און פאר'ן רבי'ן זצוק"ל איז זייער נישט ניחא געווען אז מען שמועסט צווישען די הקפות, און דער רבי האט אפאר מאל געקלאפט אויפן שטענדער אז עס זאל זיין שטיל, האט דער גבאי אנגעהויבן א נייע סדר צו מכבד זיין אלע כיבודים פאר די קומענדיגע הקפה בשעת מען טאנצט נאך, אזוי אז תיכף נאך די הקפה וועלן שוין די מענטשן קומען איבער נעמען די ספרי תורה אזוי וועט נישט זיין קיין לאנגע הפסק פון איין הקפה צום צווייטן.
נאך אפאר יאר וואס ער האט אזוי געטון, האט אים דער רבי זצוק"ל אריינגערופן פאר די הקפות, און ער זאגט אים אז א איד האט מעורר געווען אז עס איז א מנהג ישראל אויס צו רופען "אלוף תורני תן כבוד לתורה", און דא האט מען עס מבטל געווען. האט ר' יעקב שמשון געזאגט פארן רבי'ן אז ביי די ערשטע הקפה זאגט ער יא די תן כבוד לתורה, נאר וויבאלד ער וויל נישט אז מען זאל שמועסן צווישען די הקפות וויל ער מקצר זיין. האט דער רבי געזאגט, "איר זאלט ווייטער אזוי טון, די מנהג איז מען מקיים ביי דער ערשטע הקפה, און כדי מען זאל נישט שמועסן איז עס בעסער אזוי".
נישט שמועסן
ווי געזאגט, פאר דער רבי זצוק"ל האט עס זייער געשטערט אז מען שמועסט בשעת די הקפות. די ערשטע יאר איז הרה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל פון שיכון סקווירא געקומען צום רבי'ן אויף די צווייטע טעג, און דער רבי האט אים מכבד געווען צו זינגען "אין אדיר" צווישן די הקפות, און כ"ק אדמו"ר דער רבי פון ירושלים שליט"א האט ער מכבד געווען צו זינגען "על ישראל אמונתו", [די ירושלימ'ע ניגונים].
שפעטער ווען דער רבי פון ירושלים שליט"א איז שוין נישט דא געווען, האט מען געפרעגט פונעם רבי'ן ווער זאל פארזינגן די ניגונים, האט דער רבי געזאגט אז מען זאל עס נישט זינגען ווייל דער עולם נעמט עס נישט ערנסט, מען שמועסט בשעת מעשה.
עומד על משמרתו
דער עלטערע עולם געדענקט עס נאך גוט ווי דער רבי זצוק"ל פלעגט זיך נישט אוועק זעצן במשך די גאנצע הקפות וועגן די כבוד פון די ספרי תורות, כל זמן די ספרי תורה זענען געשטאנען האט זיך דער רבי נישט אוועק געזעצט.
אנא ה' הושיעא נא
נאכדעם וואס אלע האבן שוין באקומען די ספרי תורה האט מען מודיע געווען פאר דעם רבי'ן אז מ'איז שוין גרייט, איז דער רבי ארויס פון דעם עמוד האלטענדיג אין די רעכטע האנט דעם ספר תורה, און אין דעם לינקע האנט די סידור ליקוטי צבי, און אנגעהויבן בקול רעש גדול ואדיר "אנא ה' הושיעה נא וכו' אלקי הרוחות הושיעה נא" וכו', און אזוי ארום שפאצירט ארום די בימה, און אלע ספרי תורות פון אונטער אים, און צוריק געגאנגען צום עמוד.
אאמו"ר שליט"א האט אנגעהויבן די ניגון פון די הקפה, און מען האט אנגעהויבן צו מאכן ליידיג אינמיטן די ביהמ"ד. עס איז נישט שייך צו באשרייבן ווי אזוי דער ביהמ"ד האט אויסגעקוקט [דעם אלטן ביהמ"ד], ס'איז געווען אנגעפאקט מקצה אל הקצה, און מ'האט געדארפט מאכן ליידיג אינמיטן, מ'האט געשטיפט אהין, מ'האט געשטיפט אהער, אבער איינמאל דער רבי איז ארויסגעקומען פון דעם עמוד זענען די ענינים מסודר געווארן, און עס איז געווארן ליידיג אינמיטן.
ריקודי קודש סביב הבימה
קודם איז דער רבי זצוק"ל צו געגאנגן צו די בימה ווען אלע וואס האלטן די ספרי תורות זענען נאך דארט געבליבן, מיט איין האנט האט דער רבי אנגעכאפט די בימה און געטאנצן מיט אזא השתפכות הנפש ארום די בימה, בשעת ווען די אנדערע ספרי תורות זענען אויך מיטגעגאנגן ארום די בימה אבער אביסל אפגעריקט ווייל דער רבי האט דאך אנגעכאפט די בימה. אויב ס'איז געווען אן עלטערע איד האט יענער אויך אנגעכאפט די בימה, און דער רבי איז געגאנגען עקסטער שטייט נישט צו שטערן דעם עלטערע איד.
אזוי איז דער רבי ארום געגאנגן די בימה עטליכע מאל, אמאל דריי מאל, אמאל פיר מאל, ער האט זיך אזוי געבויגן אויף ארויף און אראפ מיט אן אויסטערלישן דערהויבנקייט. דאס אליינס איז געווען א מחזה הוד צו צוזעהן. בפרט דעם ניגון "אשרי העם" מיט אזא קאך, נישט שייך צו באשרייבן. איך האב געהערט פון אאמו"ר שליט"א, אז אזוי האט דער פריעדיגע רבי כ"ק אדמו"ר מהר"י זצוק"ל געטאנצן די הקפות.
בכל כוחו
מיט אמאל, פלוצלינג האט דער רבי געגעבן א לויף ארויס, אמאל פון די זייט, און אמאל פון די אנדערע זייט, קיינער האט נישט געוואוסט פון פריער צו וועלכע זייט דער רבי וועט לויפן צום ערשט, און בשעת דער רבי איז ארויסגעלאפן זענען די אלע וואס האבן געהאלטן די ספרי תורה זיך צולאפן ווי מען האט נאר געקענט.
עס איז געווען א תקופה וואס דער סטאניסלאווער רבי שליט"א האט מעורר געווען אז עס איז נישט קיין כבוד התורה אז די ספרי תורה זאלן זיך צולויפן איז מען געבליבען שטיין ארום די בימה. איינמאל מען איז אריין אין דעם גרויסע ביהמ"ד האט מען קובע געווען אז די ספרי תורה זאלן ארויף גיין אויף די טרעפ פון די ארון הקודש. אזוי איז דער רבי זצוק"ל געלאפן בכל כוחו ארום און ארום דעם ביהמ"ד.
עד קרנות המזבח
די סדר פון די לויפן איז געגאנגן אזוי, דער רבי איז געלאפן פון איין עק ביזן צווייטן, אינמיטן לויפן האט דער רבי זיך צוריק געריקט צוריק צו וועגס אזוי לויפנדיג, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען ביז ער איז אגעקומען צו די ווינקל, ביי יעדע ווינקל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געגאנגן אזוי צוריק צו וועגס אריין אין די ווינקל, און נאכדעם ווייטער ממשיך געווען צום אנדערן עק.
[כמבואר בספר יסוד יוסף (פרק ע"ט) וזה לשון קדשו: והנה ככה תהיה גם כן הכוונה בהקפת הבימה, שהוא דוגמת המזבח שקרבין עליו כל הקרבנות, שבשבילם נברא העולם, ובשביל כן דמיון הבימה למזבח. וכן בעבור התורה שקורין שם, נברא האדם. ועל כן הוא בא לשמירת העולם, והאדם שהוא גם כן עולם הקטן. ומקיפין אותו בחדוות התורה הנהוגה ביום שמחת התורה בספרים סביב, לכוון לסגור גם סדקי הקרנות בשמירת התורה, לבלתי תת משחית ורוחות הטומאה לדחוק עצמם בסדקי הקרנות אל העולם חס ושלום, ולבלתי יהיה לה אחיזה על ידי סדקי הקרנות בשמירת האדם סביב - להביאו לידי חטא חס ושלום].
ווען דער רבי האט זיך אריין געריקט אין די ווינקלען האט זיך די גאנצע עולם וואס זענען געשטאנען ביים ווינקל זיך געדארפט אריין ציען, ווייל דער רבי איז געווען מיט פארמאכטע אויגן און נישט געקוקט ווי טיף עס שטייען די מענטשן, און גלייך ווען דער רבי איז געלאפן ווייטער האט זיך די ווינקל צוריק ארויס געפלויגן פון זיך אליין צוליב דעם געדרענג.
אזוי האט דער רבי ארומגעלאפן ארום און ארום דעם גאנצן ביהמ"ד. אין די אלטע ביהמ"ד איז דער רבי ארום געלאפן אסאך מאל, און שפעטער אין די זאלן פון בית יעקב און ארמון טערעס עטליכע מאל, [דארט איז שוין די חלל אינדערמיט געווען גרעסער]. ביז ער איז צוריק אנגעקומען צום עמוד און זיך אפגעשטעלט.
אצל העמוד
ביים עמוד האט דער רבי געקענט אסאך מאל ממשיך זיין און טאנצען אויפן פלאץ מיט א געוואלדיגע קאך. עס ליגט מיר אין קאפ פון אלס קינד ווי הרה"ח ר' הערשל גוטוויין ע"ה פלעגט שטיין פארנט פון די ארון הקודש סמוך ונראה צום רבי'ן, און ער פלעגט אזוי מיט שפרינגן מיטן רבי'ן, זיין פנים איז געווען רויט און פארשוויצט. אויך איז להבחל"ח הרה"ח ר' שלום עקיבא קארניטצער הי"ו געשטאנען דארט נעבן אים. דער רבי האט זיך פון צייט צו צייט אנגעלענט אויף דעם עמוד, און איבערגעגעבן דעם ספר תורה צו הרה"ח ר' משה סירקוס הי"ו.
אזוי אויך פאר יעדע הקפה ווען ער האט זיך געמאכט גרייט צו גיין צום הקפה און מסדר געווען די גארטל מיט די טלית האט אויך הרה"ח ר' משה סירקוס הי"ו איבערגענומען דעם ספר תורה.
די עולם טאנצט
ווען דער רבי איז צוריק געגאנגן צו זיין פלאץ איז די גאנצע עולם פון ארום און ארום אריין געפלויגן צו אינמיטן, עס האט אזוי געגעבן א פלאץ אויף, און דער עולם איז געפלויגן ביז צום בימה צוליב די שטיפעניש און געדרענג. דער עולם איז געגאנגן טאנצן פאר נאך א לענגערע צייט ביז די הקפה האט זיך געענדיגט.
הקפה שישית ושביעית
ביי די זעקסטע הקפה אינמיטן די הקפה האט מען אנגעהויבן די באקאנטע ניגון "וקרב פזורינו מבין הגוים", דער רבי האט דעמאלס געטאנצן מיט די קינדער און אייניקלעך פון דעם טאטן זי"ע ארום אין א רינג. דאס איז געווען א מחזה איום ונורא. דער רבי האט אנגעכאפט די ביידע זייטן אויף א גאר אינטערעסאנטע אופן, מיט ביידע הענט אויף ארויף און געטאנצן מיט א באזונדערע קאך ממש א פלאם פייער. איך געדענק עטליכע מאל וואס האט זיך געגאסן טרערן פון זיינע אויגן, און די גאנצע ביהמ"ד האט מיט געשפרינגן אין די לופטן.
ווען דער רבי איז ארויסגעגאנגן פון די רינג, איז די גאנצע עולם אריין אינעם רינג און מען האט ממשיך געווען צו טאנצען א לאנגע צייט. די זעלבע איז געווען ביי די זיבעטע הקפה, ווען מען האט געטאנצן "לשנה הבאה בירושלים", האט דער רבי געטאנצן מיט די קינדער און אייניקלעך, און נכדי אביו הק' זי"ע. נאכדעם ווען דער רבי איז ארויס פון די רינג, האט די גאנצע עולם ממשיך געווען און ווייטער געטאנצן פאר א לענגערע צייט.
מעודד ומחזק
אסאך געדענקן אין די לעצטע יארן ווען דער רבי זצוק"ל האט באמערקט הבחור החשוב מרדכי [מאטי] כץ ע"ה זיצן אין די וויל-טשעיר [כסא גלגלים], האט ער אים מעודד געווען מיט די הענט.
על הכל
אין די פריעדיגע יארן נאך די הקפות ווען מען האט געלייגט דעם ספר תורה אויף די בימה פלעגט זיך דער רבי זצוק"ל אוועק שטעלן ביים זייט פון די בימה און אנגעהויבן זינגען על הכל. דאס פלעגט זיין מיט א גאר באזונדערע קאך, מען האט עס געזינגן מיטן ניגון פון קה קלי. עס פלעגט זיין א אויסער געווענטליכע שטיפעריי ארום די בימה, יעדער האט געוואלט מיט האלטן דעם מעמד.
שפעטערע יארן האט זיך דער רבי אוועק געזעצט נאך די הקפות מיטן פנים צום עולם, און אאמו"ר שליט"א האט אנגעהויבן צו זינגן "על הכל".
אריין אין זויל...
איינע פון די ערשטע יארן שמחת תורה בשעת די הקפות נאך אין די אלטע ביהמ"ד האט דער רבי זצוק"ל געטאנצן מיט גאר גרויס דביקות אז ער האט נישט באמערקט ווי ער טאנצט און ער האט זיך אריין געזעצט אין א זויל [עמוד]. פון דעמאלטס אהן ווילאנג מען איז נאך געווען אינעם אלטן ביהמ"ד פלעגט אאמו"ר שליט"א שטיין ביי די זויל און אכטונג געבן אז דער רבי זאל נישט אריין קלאפן.
איך וויל נישט הייסן...
איין יאר אויפן וועג צום הקפות האט דער רבי זצוק"ל זיך אונטער געזינגען דער ניגון וואס הרה"ח ר' חיים הערש אייזנבאך ז"ל פלעגט זינגן אין ראחמיסטריווקא אין ארץ ישראל ביי "על הכל", א קארלינער ניגון. דערביי האט דער רבי דערציילט אז מען פלעגט זינגען דעם ניגון. האט מען אים געפרעגט צו מען זאל טוישן צו דעם ניגון, האט דער רבי געזאגט "איך וויל נישט הייסן מען זאל טוישן", האט מען אים געפרעגט אויב ער וועט הנאה האבן אז מען זינגט יענע ניגון האט ער געזאגט אז יא, האט מען עס טאקע געטוישט, און דאס איז דעם ניגון וואס מען זינגט ביז'ן היינטיגן טאג.
אינזין געהאט ביי די הקפות
עס שטייט פון צדיקים אז די זמן פון הקפות איז א גרויסע עת רצון צו פועלין ישועות. איך געדענק אמאל אז נאך שמחת תורה איז עפעס איד וואס איז געווען שטארק קראנק נעבעך נפטר געווארן, האט זיך דער רבי זצוק"ל ארויס געכאפט, "אזוי יענער איז אוועק? איך האב דאך אים אינזינען געהאט ביי די הקפות...".
נאכגעבן...
בדרך אגב, דער רבי זצוק"ל פלעגט זינגן דעם ניגון אסאך מאל אויך אויף די זמירות פון שבת צופרי ביי "חי ה' וברוך צורי", און די וועג ווי אזוי דער רבי פלעגט זעצן די ווערטער אויף די זמירות איז געווען מיט אן אנדערע סדר פון די ניגון. בשעת מען האט דאס געזינגן אין ביהמ"ד דעם ערשטע מאל, האט אאמו"ר שליט"א צאם געשטעלט א פאר יונגעלייט וואס קענען דעם ניגון [וגם אני בתוכם], און מ'האט זיך געשטעלט ארום די בימה דאס צו זינגען, און נעבן דעם רבי'ן איז געשטאנען אן אייניקל וואס האט הויך געזינגן לויט ווי דער רבי זינגט עס אינדערהיים אנדערש ווי די איבריגע עולם, און האט פרובירט איבערשרייען די יונגעלייט וואס האבן פארגעזינגען, האט אים דער רבי געוויזען ער זאל נאכגעבן, און זינגען אזוי ווי די אנדערע זינגען.
חבוקה ודבוקה בך
איך געדענק א דבר פלא פון איין יאר ווען דער רבי האט געהאלטן אינמיטן טאנצן, און זעהט אויס אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און מיט אזא חביבות האט ער געגעבן א קיש פארן ספר תורה אזוי אינמיטן לויפן, דאס האט זיך דעמאלס אזוי איבער גע'חזר'ט דריי מאל.
צאן קדשים
אין די שפעטערדיגע יארן וואס אסאך געדענקן נאך א זאך וואס האט זיך געקענט אסאך מאל טרעפן, אז אינמיטן הקפות ווען דער רבי איז שוין אנגעקומען צום סוף פון די זייט וואס איז אקעגן די קינדער האט זיך דער רבי נישט געוואלט איינדרייען און גיין ווייטער, כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האט אונטער געהאלטן דעם רבי'ן און געוואלט אז דער רבי זאל זיך איינדרייען, האט דער רבי געוויזן אז א קינד קניעט, און ער האט נישט געוואלט גיין ווייטער און זיכער געמאכט אז ער זאל נישט קניען. אזוי אויך האט זיך דער רבי געקענט אפשטעלן ביי די זייט פון די קינדער, און ווייזן מיט הענט און מחזק זיין די זינגען.