Skip to content
פניני יואל

דרשת הושענא רבא של הישמח משה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

איך האב אמאהל שוין געזאגט לאנג (עי' ס"ג מטו"מ תשי"ג וס"ג תשט"ז) כ'האב עס געהערט מפי זקן אחד, - דער ייטב לב ברענגט עס אויך ערגיץ אויף א פלאץ, - אבער איך האב עס געהערט מפי זקן אחד וואס ער איז געשטאנען דערביי, דער ישמח משה האט אמאהל געזאגט אין הושענא רבה, ער האט מתפלל געווען הושענא למענך אלקינו, האט ער געזאגט "רבש"ע אפשר קלערסטו איך מיין מיך, אפשר קאן מען קלערן, אפילו אז חלילה ער זאל נישט זוכה זיין ער זאל נישט זעהן גארנישט, ער זאל נישט קיין טייל נעמען גארנישט, נאר ס'זאל זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא, אפשר קאן מען קלערן ער מיינט עולם הבא, גארנישט, ער זאל חלילה פארפאלן ווערן אין שאול תחתית ער זאל קיינמאל נישט זעהן קיין אורה פאר זיך נאר ס'זאל זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא". ס'איז א פחד נורא, עכ"פ אז ס'איז א מציאות אזא קדושה נפלאה אז א בשר ודם זאל דאס קענען זאגן, איז דאך שוין פארהאנדן וואס מ'איז זיך מסלק, דער דין איז דאך אז מ'איז זיך מסלק פון די נגיעה איז ער שוין אויס נוגע, איבערדעם איז דאך שוין דעם משנה למלך'ס קשיא (תו לא קשה), טאקע רבה בר בר חנה האט די גמרא (חכז"ל) גערעכנט ער קאן עס, ער האט דאס אויך געקענט טוהן.

ס"ג חיי שרה תשכ"ח

ווארן אמאהל האב איך געהערט, כ'האב עס געהערט מפי זקן אחד וואס ער האט געזאגט ער איז געשטאנען דערביי, - שוין לאנג - ווי ער איז געשטאנען דערביי ווען דער זיידע זכרונו לברכה דער ישמח משה – וואס ס'איז היינט די יארצייט – און ער איז געשטאנען דארט, דאס האב איך געהערט פון א יוד פון א תלמיד חכם וואס ער איז געשטאנען דערביי, ער האט געזאגט הושענא רבה האט ער געזאגט פארן ארון הקודש, ס'איז געווען אפען דעס ארון הקודש, האט ער געזאגט רבונו של עולם – ער האט מתפלל געווען ס'זאל זיין הושענא למענך, האט ער געזאגט אויף די גאולה אבער כדומה, - האט ער געזאגט רבונו של עולם אפשר קלערסטו איך מיין מיך, ער זוכט נישט, אפילו ער זאל חלילה נישט זוכה זיין ער זאל נישט זעהן, און ער זאל אפילו קיין שום טייל נישט נעמען, נאר ס'זאל געשעהן יתגדל ויתקדש שמי' רבא, און אפשר מ'וועט קלערן אז איך מיין נישט עוה"ז אבער עוה"ב (אני רוצה), האט ער געזאגט פארן ארון הקודש "רבונו של עולם איך בין מקבל איך נעם, אז איך זאל חלילה, איך זאל פארפאלן ווערן אין שאול תחתית און זאל קיינמאל נישט זעהן קיין אור פאר זיך, און ער זאל קיינמאל נישט האבן קיין תקנה נאר ס'זאל געשעהן יתגדל ויתקדש שמי' רבא". אזוי האב איך געהערט מפי זקן וואס איז אליין געשטאנען דערביי, אז ער האט געזאגט פארן ארון הקודש פתוח אז ער איז אויף זיך אזוי מקבל.

ס"ג מטו"מ תשי"ג

More in this printout

View the whole printout