הרה"ק ר' אלימלך מליזענסק זי"ע
ואף כי נודע שמרן הק׳ הרבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי״ע אמר שכבר המתיק את חבלי משיח. מי יודע אם לא גרם החטא שחזרו ונתעוררו. או יתכן כי הנה ודאי דכל עיקר התכלית מה שהקדים הקב״ה להראות לצדיקים את הצרות העתידות לבא על ישראל לא היה אלא כדי שיתפללו עליהם ויפעלו בתפלתם להמתיקם ולבטלם ולא ח״ו כדי לצערם וכמ״ש החת״ס בספר הזכרון, וא״כ יתכן כי לא הראה הקב״ה לצדיקים אלא אותם הצרות שהי׳ באפשרי לבטלם, ואפשר שכל אלו הרעות רבות וצרות אשר מצאונו בימינו הי׳ בהם הכרח לצורך הגאולה ולא הראה אותם הקב״ה לצדיקים כלל.
דברי יואל הו"ר עמ' תקכו משנת ת"ש
החוזה מלובלין
נאר ס'איז ידוע, דער זיידע זכרונו לברכה דער ישמח משה צום הייליגן לובלינער ווען ער איז געקומען דעס ערשטע מאהל, ס'איז עהם שווער געווען קשיות ער זאל עהם ענטפערן, האט ער אינזין געהאט הבא לטהר "מסייעין" אותו, פארוואס שטייט עפעס מסייעין א לשון רבים, ווייל צדיקים העלפן מיט, זענען מסייעין לו. איבערדעם די גמרא רעכנט אויס וויאזוי דעס דור וועט אויסזעהן, פריער איז געווען א סיוע פון צדיקים, אבער היצטערט אין דור פון עיקבא דמשיחא אין לנו על מי להשען נאר על אבינו שבשמים.
דמתה לתמר תשכ"ה
הרה"ק מראפשיץ זי"ע
דער אמת דער זיידע זכרונו לברכה אין ייטב לב (פ' מסעי) ברענגט ער פונעם הייליגן ראפשיצער רב (זלה"ה), דער ראפשיצער רב האט געזאגט פארוואס זאגט מען דור ודור ודורשיו, פארוואס איז ער דאס מקדים, ער דארף גיווען זאגן דורשיו ודורו, דורשי הדור ודורו, פארוואס כאפט ער אהן קודם דעס דור. האט דער ראפשיצער רב געזאגט, מ'האט עהם געוויזן די לעצטע דורשים ושופטים, ס'וועט עהם זייער שלעכט געפאלן אז ער וועט אנקוקן אין די לעצטע דורות וויאזוי ס'זעהט אויס, האט מען עהם געוויזן קודם דעס דור, ס'איז לויט דעם, אזוי ברענגט ער פונעם ראפשיצער רב. כ'האב שוין געזאגט אסאך מאהל אז היינט איז גארנישט קיין קשיא פארוואס מ'איז מקדים דעס דור, ווייל בעוה"ר דעס דור פירט די דורשים מיט די שופטים, זיי זענען טאקע פריער.
למענך דורשינו תשכ"א
הרה"ק מרוזין זי"ע
דער זיידע זכרונו לברכה אין ייטב פנים (לר"ה אות ל"ה) ברענגט ער דער הייליגער ריזשינער האט געזאגט [לפרש הכתוב] כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל קל (פ' בלק), אין די פריעריגע דורות פשוטי עם - יאמר "ליעקב" - האבן נישט געוויסט וואס טוהט זיך, זיי האבן נישט געוויסט וואס טוהט זיך אויבן און זיי האבן נישט פארשטאנען פארוואס, אבער די בני עלי' האבן אלעס געוויסט, ס'וועט קומען א דור עיקבא דמשיחא ס'וועט זיין אזא הסתרת פנים אפילו די בני עלי' וועלן אויך נישט וויסן. [וז"פ] כעת, ס'וועט קומען א צייט, אז יאמר ליעקב ולישראל, אז ביידע וועלן נישט וויסן מה פעל קל. ברענגט ער אין ייטב פנים אז מ'האט עס נאכגעזאגט פארן ישמח משה, מ'האט עהם דעס ווארט נאכגעזאגט, איבערגעזאגט, איז געווען וקלסיה. מילא "וקלסיה", די זאך בעצם קאן זיין וואס הייסט דאס וקלסיה [היינו] ער האט עס געזעהן פאר אמת.
תשי"א למענך אלוקינו
דער זיידע זכרונו לברכה אין ייטב פנים (אבני זכרון לר"ה אות ל"ה) ברענגט ער פונעם ריזשינערס וועגן, דער הייליגער ריזשינער האט געטייטשט כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל קל, אין דורות הראשונים דער המון האט נישט געוויסט וואס ס'טוהט זיך אבער די בני עלי' האבן געוויסט, האט דער ריזשינער געטייטשט, כעת, ס'וועט קומען א צייט, ווען יאמר ליעקב ולישראל, ליעקב סיי די פשוטי עם, און סיי די בני עלי' וואס זענען לישראל וועלן אויך פרעגן מה פעל קל מ'וועט נישט וויסן. ברענגט דער זיידע זכרונו לברכה אין ייטב פנים ער האט עס נאכגעזאגט פארן ישמח משה והוטב בעיניו, מסתמא האט ער מסכים געווען.
תשט"ו למען סודך
הדברי חיים
וכידוע העובדא מהרה״ק ר׳ אליעזר מדזשיקוו זלה״ה בעל אמרי נועם, שפעם אחת רעשה הארץ לקול השמועה כי באה שהעידו חוזי הכוכבים כי בעוד זמן קצר יתקרבו שני כוכבים זה לזה וכאשר יפגשו זה בזה יחרב העולם ויהפך לתוהו ובוהו רח״ל, ויהי כאשר הגיעה השמועה אל הרה״ק מדזשיקוו ערך מכתב למחותנו מרן הקדוש בעל דברי חיים מצאנז זי״ע להודיעו ע״ד השמועה המבהילה אשר לקולה נמס כל לב ורפו ידים וכל העולם זקוק לרחמי שמים. והשיב לו מרן הד״ח זי״ע, הלא מקרא מלא דבר הכתוב (עמוס ג׳) כי לא יעשה ה׳ אלקים דבר כי אם גלה סודו אל עבדיו הנביאים. ואלמלי הי׳ עתיד ח״ו להתרחש כזאת היו מגלין לי מן השמים, ומכיון שלא הודיעו לי מזה נכון לבי ובטוח שלא יהיה הדבר ולא יקום, וכן הוה.
דברי יואל הו"ר עמ' תקה משנת תשי"ב-תשט"ו
הנה בספר דולה ומשקה (ח"ב פרק בקרובי אקדש), מספר הגה"צ מפאיע זצ"ל שרבינו סיפר עובדא הנ"ל בימי השבעה של בתו חיה רוזא ע"ה בשנת תשי"ד, ואח"כ בהושענא רבא של שנה הבאה (תשט"ו) הזכירו רבינו עוה"פ אצל הושענא למען סודך, ובכה שמלפנים היה צדיקים שהקב"ה גילה להם כל הסודות, וכעת אין הסוד נגלה רק להקב"ה, ואנו מתפללין למען סודך, שהקב"ה יגלה שוב הסודות לצדיקי הדור.
והנה למעשה בהעתקה מן הטעיפ לא נמצא העובדא הנ"ל, רק רעיון זה הזכיר רבינו, וז"ל:
מ'זאג מיר דא למען סודך. דער פסוק זאגט (עמוס ג') כי לא יעשה ה' דבר כי אם גלה סודו אל עבדיו הנביאים, אז ס'האט זיך עפעס אפגעטוהן אויף דער וועלט האט מען מגלה געווען דעם סוד, מ'האט נישט אנדערשט געטוהן נאר אז מ'האט מגלה געווען פאר די נביאים. וואס טוהט מען ווען די נבואה איז בטל געווארן, זענען געווען בעלי רוח הקודש, דער אוה"ח הק' זאגט (עקב ח' כ') אז די גרעסטע תוכחה איז מ'וועט צונעמען רוח הקודש פון יודען, כגוים אשר ה' מאביד, אוי לדור שטעמו טעם מר כזה, דעס איז די גרעסטע הסתרה אז מ'נעמט צו דעם רוח הקודש פון יודען. ממילא וואס ס'טוהט זיך אפ אויף דער וועלט וועם איז דען דא מגלה צו זיין, דער סוד בלייבט נאר ביים בוכ"ע.
אולם כאמור העובדא נדפס בדברי יואל להו"ר, ומצוין שם שנאמר בשנת תשי"ב תשט"ו, והנה משנת תשי"ב אין העתקה, לכן יתכן שהעובדא סיפר רק בשנת תשי"ב, אולם הרעיון שפי' בזה למען סודך הזכיר גם בשנת תשט"ו.
הישמח משה
דער זיידע זכרונו לברכה דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט די לעצטע דרשה פארן הסתלקות, האט ער געזאגט "גלוי וידוע לפני מי שאמר והיה העולם אז ער העט גיווען געוויסט אין די יונגע יאהרן אז ס'וועט אזוי לאנג דויערן דעס גלות העט ער נישט גיווען געקאנט ווערן קיין אלטער יוד", ער האט אין די דרשה דארט געזאגט פארן בוכ"ע "דו האסט מיך אויסגענארט איך זאל מיך קענען דערהאלטן אויף דעם עולם", האט ער געזאגט "רבש"ע וואס א נוצן איז דו האסט אויסגעפאפט אן אלטן נאַר", אזוי האט ער געזאגט אויף זיך, ער האט געזאגט היצט זעהט ער שוין אז ער וועט נישט דערלעבן. אוי ווי האט מען נאך זיך געקאנט אויסמאהלן אזא מצב, אפילו א לב האבן ווערט דאך אויך צושפּאלטן אז מ'קוקט אהן אזא מצב.
למענך גואלינו תשכ"א
דאס קען זיין, איבערדעם בעט מען זיך למענך גואלינו, ווייל דו מוזט זיין דער גואל, איבערדעם ברויך מען א גרויסע ישועה, דאס גייט נישט אזוי גרינג. נאר אבער ס'איז שוין נישט בחפזון און נישט במנוסה, ס'איז שוין כלו כל הקיצין שוין אזוי לאנג. דער אמת ברויך מען זיך צו בארעכענען ווער האט זיך גירעכט אז תשכ"ב זאל מען נאך אזוי אויסזעהן ווי מ'זעהט אויס, אוי די פריעריגע צדיקים העטן נישט גיווען אויסגעהאלטן, דער זיידע זכרונו לברכה דער ישמח משה האט געזאגט די לעצטע דרשה, "גלוי וידוע לפני מי שאמר והיה העולם אז איך העט גיווען געוויסט אז ס'וועט אזוי לאנג דויערן העט ער נישט גיווען געקאנט ווערן קיין זקן, ער העט עס נישט גיווען אויסגעהאלטן", נאר, ער האט געזאגט "דו האסט מיך פארנארט" האט ער געזאגט פארן בוכ"ע, ער האט אזוי געזאגט "וואס א נוצן האסטו דו האסט אויסגעפאפט אן אלטן נאַר". בעוה"ר אונז זעמיר פארנארט אז מ'שפירט גארנישט, מ'איז אזוי נתגשם, אין בשר המת מרגיש באיזמל, און מ'האלט אלעס אויס.
למענך גואלינו תשכ"ב
דער זיידע זכרונו לברכה דער ישמח משה ווען ער האט געזאגט די לעצטע דרשה, "גלוי וידוע לפני מי שאמר והיה העולם אז איך העט גיווען געוויסט אלץ יונגערמאן ס'וועט אזוי לאנג דויערן ביז צו דער גאולה העט איך נישט גיווען געקאנט ווערן קיין אלטער יוד, איך העט עס נישט גיווען אויסגעהאלטן", נאך האט ער געזאגט "רבונו של עולם האסט פארנארט אן אלטן נאַר", האט ער געזאגט אויף זיך. אבער בעוה"ר דעס האט מען זיך שוין צוגעוויינט, אבער אזא מין צרה וויאזוי מ'זעה מיר אויס, מ'העט געדארפט ליגן אויפן פנים אין אזא טאג און זיך בעטן ביים באשעפער, לאמיר נישט ארויס אהן א ישועה, קיינער קען אונז נישט העלפן נאר איין באשעפער אין הימל, וואס קאן מיר אונז טוהן, דעס ביסל יודען וואס מ'נעמט זיך אינאכט, מ'זאל זיך אמת'דיג אויסוויינען די הערצער פארן באשעפער העט מען געהאלפן געווארן. איבערדעם בעט מען זיך "למענך גואלינו", מ'זאל פון זיך אליין אויסגעלייזט ווערן.
למענך גואלינו תשכ"ו
דער זיידע זכרונו לברכה דער ישמח משה האט געזאגט פארן הסתלקות אז צדיקים ווען זיי קומען ארויף אין גן עדן שפירן זיי גארנישט דעם צער פון דעם עולם, ער האט געזאגט "ער וועט נישט פארגעסן, ער וועט שוין געדענקען", כ'וויל נישט איבער'חזר'ן ס'איז דאך ידוע וויאזוי מ'האט עהם אריינגענארט אין גן עדן, ער האט ניטאמאל געוואלט גיין. אבער בעונותינו הרבים ס'איז שוין איבער הונדערט יאהר וואס דער ישמח משה איז נישטא אויף דעם עולם און מ'זעהט נישט און מ'הערט נישט, קען זיין אז מ'העט געהאט אפענע אויגן העט מען געזעהן