הייטב לב
דער זיידע זכרונו לברכה דער ייטב לב ברענגט אין ייטב פנים ער האט אמאהל געזאגט אויך ביי די הושענא דמתה לתמר, מ'זאל נישט מיינען איך בין דעס וואס ס'איז אמאהל געוועזן (ק"ז היש"מ זלה"ה), - ברוב קדושתו א קדוש עליון, און דיא דיבורים דאס האט א כח געהאט, - מ'זאל נישט מיינען אז ס'איז דעס וואס ס'איז פריערער, וואס דער ישמח משה איז געווען, ער איז נאר געגלעכנט אהין, וואס ער האט עפעס געלערנט פון עהם, ס'איז נאר "דמתה" לתמר, האט ער אמאהל געזאגט אויף זיך. בעוה"ר ס'איז שוין ניטאמאל דמתה לתמר, וויאזוי מ'זעהט אויס אין דעם שפלות הדור, וואו ווייט מ'איז געריקט פון די פריעריגע דורות.
דמתה לתמר תשכ"א
ס'איז געווען יודען וואס זיי האבן געהערט פונעם זיידען זכרונו לברכה דער ייטב לב, ס'איז געווען יודען וואס זיי האבן אליין געהערט, ער האט געזאגט ביי די הקפות "פריידטס אייך יודען דער זיידע איז דא". אוי אז מ'האט געהאט התקשרות מיט די אבות הקדושים מיט דיא וואס זענען בעולם העליון, מ'האט געזעהן און מ'האט געהערט, איז מען נישט אזוי דערביטערט געווען, היצט בעוה"ר מ'זעהט נישט מ'הערט נישט, מ'ליגט אין שפלות הגלות, מ'איז זיך מחזק מיט דעם שטיקעלע אמונה. איבערדעם בעט מען זיך צום באשעפער, ס'איז דביר המוצנע, ס'איז אזוי באהאלטן אלעס אין די ביטערע הסתרה, ס'זאל זיין והר יראה, מ'זאל עפעס זעהן פריער. אזויפיל האמיר אן התחזקות צווישן יודען, לאמיר זיך אלע אינאיינעם מחזק זיין, מ'זאל זיך אמת'דיג אויסוויינען פארן לעבעדיגן באשעפער, מ'זאלמיר בעטן דעם בוכ"ע, דיא אלע נעמען ווייזן דאך אויף עפעס, מ'ווייסט אויך נישט אויף וואס.
והר יראה תשכ"ו
הייטב לב בשעת ההקפות
אפשר דאס קען זיין איז דער פשט ושמחת בכל הטוב וגו', אז ס'וועט זיין א שמחה של מצוה, וועט זיין "ולביתך", וועלן אראפקומען פון וואו דער אפשטאם איז, די עלטערן וועלן אראפקומען. דער זיידע זכרונו לברכה דער ייטב לב האט אמאהל געזאגט ביי די הקפות, ביי די פערטע הקפה האט ער זיך געשטעלט ער האט געזאגט "פרייטס ענק יודען, דער זיידע איז דא", ס'איז ידוע. איבערדעם דאס איז דער פשט ושמחת בכל הטוב אשר נתן לך ה' אלקיך "ולביתך".
ס"ג תבא תשכ"ה