בהקפה הרביעית בשמח"ת או באושפיזא דמשה בסוכות
עקסטער דעם ווי כ'האב געזאגט ווי מ'האמיר נעכטן געשמועסט ביי די הקפות, וואס ס'שטייט לעיני "כל" ישראל מיינט מען אלע דורות, אין אנדערע דורות זעהט מען נישט גארנישט, די גרויסע הסתרה, אבער דער כח פון משה רבינו'ן איז דא אלעמאל, און יודען וואס זענען ראוי געווען האבן דאס געזעהן. - ווי ס'איז ידוע און איך האב עס אמאהל געהערט פון יודען וואס זענען דערביי געווען ביים זיידען זכרונו לברכה דער ישמח משה, דער ישמח משה פלעגט צו זאגן ביי די הקפות, ביי די פערטע הקפה, "ברוך הבא משה רבינו, ער האט געזאגט א שארף ווארט, ער האט געזאגט דו ביסט דאך אן עדות אז איך האב גארנישט פארפעלט פון דער תורה קיין קוצו של יו"ד". ס"ג בראשית נעילת החג תשי"ד
דער זיידע זכרונו לברכה דער ישמח משה האט אמאהל געזאגט ביי די הקפות, די פערטע הקפה, האט ער געזאגט "ברוך הבא משה רבינו, דו ביסט מיר אן עדות אז כ'האב נישט פארפעלט פון דיין תורה קיין קוצו של יו"ד, פארוואס בין איך אזוי פארשעמט, איך רעד אזויפיל פון די גאולה און איך זעה נישט עפעס", האט ער אמאהל געזאגט ביי די הקפות, ער האט זיך אויסגעשמועסט מיט משה רבינו'ן, דיא צדיקים פריער, מילא שמועסט מען דאך נישט דער אר"י הקדוש און דער בעל שם טוב הקדוש, פון די תנאים און אמוראים איז דאך נישט קיין רעדע. ס"ג נצו"י תשכ"ו
וכמו ששמעתי מזקינים שהיו באותו מעמד אצל ק"ז זלה"ה הישמח משה שאמר פעם א' בשמחת תורה בהקפה הרביעית "ברוך הבא משה רבינו, אתה עד בדבר שלא חסרתי מלקיים מתורתך כלום ואפילו כקוצו של יו"ד, ומדוע ביישוני מן השמים שהייתי מצפה ומחכה כל כך על הגאולה ולא נעניתי" עכדה"ק. דברי יואל לשמח"ת עמ' תשי"ח
ובספר צדיק כתמר יפרח מביא ששמעו מרבינו בשמחת תורה תרצ"ב בהקפה דיומא אצל הקפה הרביעית בשם הגה"ק משינאווא זי"ע שהיה נוכח בשעת מעשה.
בספר דברי חנה השלם מסופר בשם הרה"ח ר' אלעזר שעהנדארף ז"ל, שבעת ההקפות בשמחת תורה בשנת תשי"ב, סיפר הרה"ק מסאטמאר עובדא הנ"ל ששמע מרבינו [הרה"ק מקאלאשיץ זצ"ל], ואמר בזה"ל: "שמעתי זאת מפי הרב מקאלאשיץ, אשר שמו הלך לפניו בכל העולם כאיש אמת" (בלשונו: די גאנצע וועלט ווייסט אז ער איז געווען א איש אמת).
ובספר י"ג אורות (ח"ג עמ' קסא), כ': בעיר זבארוב (הסמוכה לבארדיוב) היה גר חסיד זקן בשם ר' שמעון, וזכה עוד להכיר את רבינו הישמח משה. וסיפר להרה"ק מקאלאשיץ שפעם אחת בשעת ההקפות בהקפה ד' (המכוונת למדת משה רבינו) עמד הישמח משה על רגליו ואמר: "ברוך הבא משה רבינו, מתי תבא לגאלינו, הלא הנך יודע שלא חסרנו מלקיים כל מה שכתבת בתורה אפילו כקוצו של יו"ד" (בלשונו: ברוך הבא משה רבינו, ווען וועסטו אונז קומען אויסלייזן, דו ווייסט דאך אז מיר האמיר נישט פארפעלט קיין קוצו של יו"ד פון דעם וואס דו האסט געשריבן אין די תורה אז מזאל נישט מקיים זיין). שמעתיו מהרה"ק מסאטמאר זצ"ל שסיפר זאת בעת ההקפות בשנת תש"י, ששמע זאת מהרה"ק מקאלאשיץ זצ"ל.
אולם בהגה שם בספר י"ג אורות אות ל"ו כ', מתלמידי הגה"ק מקאלאשיץ שמעתי שהגה"ק מקאלאשיץ סיפר שהיה בחג הסוכות באושפיזא דמשה, אבל הגה"ק מסאטמאר אמר שהוא ג"כ שמע זאת מהגה"ק מקאלאשיץ ואמר שהיה באמצע ההקפות דשמחת תורה.
והנה לאחרונה נדפס ספר שופריה דיעקב (ח"א עמ' קיד) ושם מעתיק לשונו של הרה"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק מהטעיפ, האיך שהוא מספר שני הגירסאות בעובדא דידן, ומחמת חיבת הלשון נעתיקו ככתבו וכלשונו:
דער ישמח משה האט אויך אמאל אזוי געזאגט, כ'האב עס געהערט פון קאלאשיצער רב. ס'איז געווען, ס'איז דא א שטאט אין אונגארן, א שטעטל. נעבן בארטפעלד איז דא א שטעטל זבארוב, ס'גרעניצט זיך מיט צאנז דארטן, גאליציע, איז געווען א ר' שמעון זבארובער, ער האט נאך געדענקט דעם ישמח משה, מיין שווער האט אים אויך געקענט, ווייל שפעטער איז ער געווען אין שינאווא, ער איז נפטר געווארן אין ביהמ"ד, ער איז דארט געזעסן, איז ער אין ביהמ"ד נפטר געווארן, דער ר' שמעון זבארובער האט פארציילט, דער קאלאשיצער רב האט דאס געהערט פון דעם ר' שמעון זבארובער, דער שווער האט אויך געקענט דעם ר' שמעון זבארובער, אז דער ישמח משה ביי דעם פערטע הקפה, דער סאקמארער רב האט אויך פארציילט די מעשה, ער האט אויך געהערט פון קאלאשיצער רב. הייסט דער סאטמארער רב האט פארציילט אז ס'איז געווען ביי די פערטע הקפה, און יעך האב עס געהערט נישט פון קאלאשיצער רב אליין נאר פון תלמידים, איז עס געווען דעם פערטן טאג סוכות וואס איז משה רבינו'ס אושפיזא, האט זיך דער ישמח משה אויפגעשטעלט, דאס האט ר' שמעון זבארובער פארציילט, האט זיך דער ישמח משה אויפגעשטעלט, ברוך הבא משה רבינו, ס'געווען די פערטע טאג סוכות, "ברוך הבא משה רבינו, דו ווייסט דאך אז מיר האבן נישט פארפעלט פון די ספר תורה וואס דו האסט געשריבן, האבן מיר נישט פארפעלט קיין קוצו של יוד, ווען וועסטו קומען אונז אויסלייזן?"
ומכ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א שמענו, שכאשר אביו סיפר לרבינו שהוא שמעו בשם הרה"ק מקאלאשיץ על אושפיזא דמשה ולא על ההקפות, ענה רבינו, 'אזוי, איך האב דאך עס אויך געהערט פון קאלאשיצער רב', אבל לא דחה גירסתו מכל וכל, רק הראה לו פנים כאילו אין ולאו ורפיא בידיה, ולא דחה גירסתו. והוא נתפעל הרבה מזה, כי רבינו כבר סיפר עובדא זו ברבים כמה פעמים, ובנה ע"ז יסודו שהצדיקים באים לההקפות, ועכ"ז לא דחה הגירסא השני ששמע כעת, שהיה ביום אושפיזא דמשה ולא בעת ההקפות. ולמעשה הדפיסו גם בספר י"ג אורות שהיה אצל ההקפות, כפי שסיפרו רבי יענקעלע מפשעווארסק בשם רבינו.