מתוך דרשות הושענא רבא בלשון קדשו
גודל עבודת לקיחת הד' מינים
אבער אז מ'האט דורכגעלאזט די אלע טעג, מורי ורבותי, ס'איז דורכגעגאנגען ראש השנה, עשרת ימי תשובה, און דער הייליגער טאג, און די אלע ימי סוכות זענען די ימי הרצון, סוכות ווען מ'גייט מיטן אתרוג און מיטן לולב. חכמינו ז"ל האבן געזאגט ולקחתם לכם ביום הראשון, זאגן חכמינו ז"ל אזוי ווי די גמרא זאגט (פסחים ה' ע"א) בזכות ראשון אני פורע לכם מן הראשון, פון עשו'ן, ואני נגלה לכם ראשון, ובונה לכם ביהמ"ק וואס ווערט אנגערופן ראשון, מרום מראשון, און דער מלך המשיח ווערט דאך אויך אנגערופן ראשון לציון הנה בא, זאגט דער מדרש (ויק"ר ספ"ל) אינעם זכות פון אתרוג ולקחתם לכם ביום הראשון, מיטן כח פון אתרוג מיטן לולב און די ארבע מינים קאן מען זוכה זיין צו די אלע ראשון'ס וואס די גמרא רעכנט אויס, וואס דער מדרש רעכנט אויס, אין די גמרא אין פסחים איז עס בקיצור און אין מדרש איז עס מער באריכות.
למענך אלוקינו תשכ"ה
דער מדרש פירט אויס ולקחתם לכם ביום הראשון, תכתב זאת לדור אחרון אלו דורות האחרונים שהם נטויים למיתה והקב"ה בורא אותם בריאה חדשה, ומה עלינו לעשות ליקח אתרוג ולולב לקלס להשי"ת. פארוואס עפעס גראד דעס, עם נברא דארף מען מקבל זיין דעם גאנצן עול תורה, דעם עול תורה און עול מלכות שמים, אוי וויי מ'איז דאך שוין גענוג איבערצייגט עפעס אנדערשט איז נישטא אויף דעם עולם, אז מ'העט די זכיה געהאט אז מ'זאל קאנען זיין א יוד ווי ס'גיהער צו זיין, מ'זאל דבוק זיין, ווי וואויל און לעכטיג וועט זיין, מ'קום מיר צי צו דער ישועה, דער יוד וואס ער האט אויסגעהאלטן די לעצטע נסיונות, אוי ווי וואויל און לעכטיג וועט זיין דעם יוד וואס ער וועט אויסהאלטן די לעצטע נסיונות, ער וועט דבוק זיין אין הקב"ה און די תוה"ק, מ'וועט די זכיה האבן אפצוהיטן הן בדיבור הן במעשה הן במחשבה, אז מ'וועט חלילה נישט אפגעריסן ווערן.
די קדמונים זאגן דאך אז אתרוג מיט לולב און די ארבע מינים האבן נישט קיין שום שר אויף זיך, אלעס האט א שר, דיא ארבע מינים זענען אונטער הקב"ה אליין (הובא בבנ"י מאמר צלא דמהימנותא אות כ"ד). ס'שטייט ביי בריאת העולם שטייט ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד, ס'שטייט נישט יום ראשון, ווייל קיין שום באשעפעניש איז נישט געווען, די מלאכים זענען אויך באשאפן געווארן הערשט ביום שני, פארוואס, מ'זאל נישט זאגן אז ס'איז דא א שותף להקב"ה במעשה בראשית. עכ"פ פון תחילת הבריאה האט מען באווארנט, אז נאר כביכול דער בורא עולם אליין וכו'.
איבערדעם אין די דורות האחרונים וואס זענען נטויים [למיתה] וכו', און מ'ווערט א בריה חדשה, א בריאה איז דאך נאר פון בוכ"ע אליין, העלפט קיינער נישט צו, דאס ווייסט מען דאך אז צווישן די מלאכים איז דא מיימינים ומשמאילים, איבערדעם שטייט דאך (בפתיחתא דרות רבה ס"א) מ'זאגט אפילו מיכאל, ביום ההוא יעמוד השר הגדול (דניאל י"ב), זאגט רש"י מיכאל וואס ער איז ממליץ אויף יודען וועט אויך נשתתק ווערן. מ'פרעגט פארוואס טאקע. דעמאלץ איז דער רצון הבורא ב"ה דער בוכ"ע אליין זאל זיין דער מלמד זכות דאס איז פעסטער. איבערדעם אזוי ווי די בריאה איז דאך געווען אהן א שותף, איבערדעם איז אתרוג מיט לולב איז אויכעט נאר אונטערן בוכ"ע אליין אהן א שום שר, איבערדעם ומה עלינו לעשות, אז ס'איז עם נברא, אזוי ווי די בריאה אהן א שותף, מיט דעם כח מיט דער האפענונג וועלמיר דאך געהאלפן ווערן דורכן בוכ"ע אליין אזוי ווי די בריאה.
למענך בוראינו תש"י
דער בורא עולם זאל העלפן אז אין דעם טאג הושענא רבה זאלמיר ארויס פונעם ביהמ"ד מיט א ישועה, דעס וואס מ'ווארט מיר, אלע עולמות ווארטן יעדעס יאהר, ס'שטייט (ויק"ר פ"ל ס"ב) אז מיטן אתרוג מיטן לולב ווייזט מען דידן נצח אקעגן די אומות העולם, בעוה"ר דאס האמיר נאכנישט געזעהן, מ'האמיר נאכנישט געזעהן דעם נצחון, נעימות בימינך נצח, שטייט דורכן לולב שנקרא נעימות דורך דעם קומט ארויס דער נצחון פון יודען, בעוה"ר מסתמא האמיר נישט גענומען דעם לולב ווי ס'ברויך צו זיין, חכמינו ז"ל זאגן אז דעס ווייזט, דאס איז מאני קרבא, אז מ'ווייסט נישט ווער ס'האט מנצח געווען אין ר"ה יום כיפור, צי יודען צי להבדיל די אומות העולם, יעדער וויל מנצח זיין און מ'ווייסט נישט ווער ס'האט מנצח געווען, נאר וואס'זשע דען מ'קומט ארויס מיטן אתרוג און מיטן לולב איז א סימן דידן נצח, אבער יעדעס יאהר גייט מען מיטן אתרוג און מיטן לולב, אבער בעוה"ר דעם נצחון פון יודען האט מען נאכנישט געזעהן, אוי לעת עתה נעבעך איז מען בשפל המצב, דער כח פון די סטרא אחרא איז זייער שטארק, הן פון די אומות העולם, הן חלילה פון דיא וואס זיי גייען בדרכי האומות, דער דרך התורה און דער דרך הקדושה איז בשפל המצב, ס'שטייט דעך דאך אז דער אתרוג מיטן לולב ווייזט, מסתמא איז עס נישט געווען בשלימות. איבערדעם זאגט מען היינט, זאגט מען קודם למענך אלקינו, מ'זאגט למענך אלקינו ממילא וועט זיין למענך בוראינו איז מען א בריאה חדשה.
למענך בוראינו תשט"ו
איבערדעם ווען ס'קומט דער טאג הושענא רבה, דער אמת דער פסוק זאגט (ישעי' נ"ה) דרשו ה' בהמצאו, מ'זאל זוכן דעם באשעפער ווען ס'איז מסוגל די צייט, דאס זענען די הייליגע טעג, עשרת ימי תשובה, און די ימים טובים, דער הייליגער יו"ט סוכות מיטן אתרוג און מיטן לולב, ווי מ'זאגט ארבע אותיות שמך המיוחד [תקרב אחד אל אחד] והיו לאחדים בידי.
למענך אלוקינו תשכ"ח
גודל קדושת מצות סוכה וד' מינים
אזוי איז דאס אויכעט, ס'איז ידוע אז פון ווען אהן ס'קומט ראש חודש אלול איז שוין א זמן וואס ס'איז מסוגל לתשובה, מ'הייבט אהן צו בלאזן שופר, מ'בלאזט שופר מ'זאגט מ'זאל האבן הכנה, דרשו ה' בהמצאו, עטץ זאלטס בעטן דעם באשעפער ווען מ'טרעפט עהם, קראוהו בהיותו קרוב, איבערהויפט היצט בדור הזה איז זייער שווער, מ'איז אזוי נתגשם פון דעם אריכת הגלות און פון דעם אויר המגושם, און וואס אמאהל די דורות זענען נתמעט, און די עונות דער עון הדור איז מתרבה בעוה"ר וואס אמאהל טיפער און טיפער, ווי שווער איז צו—צוקומען צו א שטיקל התקרבות צו הקב"ה, איז נאך חשוב'ער דער זמן וואס מ'זאגט ס'איז מסוגל דערצו, אז ס'שטייט בהמצאו און קראוהו בהיותו קרוב, מ'האמיר דורך געלאזט אלול, מ'האמיר דורך געלאזט ראש השנה, מ'האמיר דורך געלאזט דעם הייליגן טאג, מ'האמיר דורך געלאזט די ימי הסוכות, יודען זענען זיך מתקרב דורך דעם אתרוג מיטן לולב מיט דער סוכה, מ'האמיר שוין אלעס דורך געלאזט, מ'האמיר נאך איין טאג "הושענא רבה", דער מלך גיזעגנט זיך פון דעם זמן, פון דעם דרשו ה' בהמצאו, לאמיר נישט דורך לאזן דעם טאג מיט גארנישט, מ'זאלמיר נישט ארויס בחרפה ובבושה, אוי וויי, אוי וויי, לאמיר זיך נאך בארעכענען דעם היינטיגן טאג ווילאנג ס'איז נאך צייט, אוי וויי, אוי ווילאנג נאך וועלן דורכגיין די יאהרן אזוי, נאך א יאהר און נאך א יאהר און מ'איז אלץ אין דעם עומק הגלות וויאזוי מ'זעהט אויס, וואס אמאהל איז מען מער משוקע.
למענך אלוקינו תשי"ד
דעס נמשל פארשטייט מען דאך, דער נביא זאגט דרשו ה' בהמצאו, מ'זאל פארשטן און מ'זאל בעטן דעם באשעפער, בהמצאו, ווען מ'געפונט עהם, קראוהו בהיותו קרוב, זאגט די גמרא ווען איז דאס, עשרת ימי תשובה בין ר"ה ליו"כ, איבערדעם בין ראש השנה ליום כיפור דאס איז דער זמן, דארף מען דאך נישט אויסצורעכענען, שטייען דאך שוין די אלע ענינים ס'איז דאך ידוע, און יום כיפור טוהט מען דאך תשובה, און דערנאכדעם קומען נאך די ימי חג הסוכות וואס דאס גיהער נאך צו דער עבודה, אונז האמיר דאך נישט קיין השגה, אונז קאן מיר דען משיג ומשער זיין וואס צדיקים אמיתיים האבן געדינט דעם באשעפער דורך די הייליגע טעג און די ימי חג הסוכות מיט דער סוכה און מיטן אתרוג און מיטן לולב.
למענך אלוקינו תשט"ו
אזוי איז עס דיא זעלבע זאך, פארשטייט מען דאך דעס נמשל, פון ראש חודש אלול אהן, אן איש הנלבב, דער לאזט נישט דורך די צייט, דער זעהט פאר זיך, ער זוכט צו צוקומען צום מלך מיט תפלות ותחנונים, מיט מצות ומעשים טובים, און מ'זעהט צו פאררעכטן וואס מ'האט פוגם געווען, און מ'בעט על נפשו, אויף זיך און אויפן כלל ישראל. ווער ס'לאזט דורך די געלעגנהייט, און ס'קומט ראש השנה, ווער גייט דאס נישט, און דערנאכדעם קומט עשרת ימי תשובה, ס'קומט דער הייליגער טאג, ס'קומען די אלע הייליגע טעג פון סוכות ווען מ'איז תחת צילא דמהימנותא צילא דקוב"ה ושכינתיה, אוי אז מ'דערזעהט זיך אן איש מגושם אזוי ווי פריער, מ'האמיר נאך דעם לעצטן טאג, דעם איינעם טאג הושענא רבה, לאמיר נישט חלילה פארפאסן דעם איינעם טאג אויכעט. נאר מיט גרויס בושה, וויאזוי קומט מען צו צום מלך, די קשיא איז דאך זייער גרויס, וואו ביסטו געווען ביז היצטערט, אזאלעכע הייליגע טייערע טעג, זאגט מען אבער אונז קום מיר אין די אינטערעסע פונעם מלך, למענך אלקינו, אז מ'קומט זיך בעטן אין די אינטערעסע פון הקב"ה, הקב