Skip to content
השגחה פרטית

בריוון צו די מערכת

  • Toldos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

לכבוד די חשוב'ע מערכת "השגחה פרטית". בעזרת השם, האב איך די זכיה צו מפיץ זיין די "השגחה פרטית" גליונות אין די "קהל חסידים" שטיבלעך, בהנהלת הרב האלפערין שליט"א, אין גבעה B, ביתר עילית.

דער געדאנק, איז מיר שוין בייגעפאלן פאר עטליכע יאר צוריק, מיטלעבנדיג א מורא'דיגע עובדא: איך האב געזען ווי א באס דרייווער שטעלט אפ זיין באס אינמיטן וועג, גייט ארויס, און הייבט אן צו פארטיילן די "השגחה פרטית" גליונות אין די פאסט-קעסטלעך... איך האב ממש מקנא געווען זיינע זכותים, און איך האב באשלאסן אז איך וויל אויך נישט בלייבן אונטערשטעליג. איך האב אנגעהויבן מיט אביסל, אבער היינט האלט איך שוין ביי איבער 250 גליונות א וואך – א צאל וואס איז קוים גענוג נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג.

אסאך לייענער קענען מיר פון מיין אייגענעם גליון "בטחוני בצורי", און זיי וואונדערן זיך פארוואס איך טייל אויס א "קאנקורירנדע" גליון. לעצטנס בין איך געווען ביי א שמחה אין חיפה, און ווען איך האב געעפנט דעם טראנק פון מיין קאר, האט איינער באמערקט די גרויסע הויפענעס פון "השגחה פרטית" גליונות. ער איז אזוי נתרגש געווארן, אז ער האט געוואלט רופן א פאטאגראפירער אפצוכאפן דעם "וואונדער"...

אבער איך קוק דאס בכלל נישט אן ווי קיין חידוש. אמאל פלעג איך אליין שרייבן מעשיות פאר "השגחה פרטית", און שפעטער האב איך באשלאסן ארויסצוגעבן מיינע אייגענע מחשבות אין א באזונדערן גליון. עס זענען דא אידן וואס באקומען חיזוק פון איין סארט סטיל, און אנדערע וואס באקומען חיזוק פון א צווייטן סטיל, דעריבער דארף מען האבן ביידע.

איך האב ברוך השם די זכי' צו האבן א לאנגיעריגע נאנטע פריינדשאפט מיט'ן יו"ר פון "השגחה פרטית", הרב פנחס שאפער שליט"א, און מיר ביידע האבן איין געמיינזאמען ציל: צו פארמערן אמונה און בטחון ביי כלל ישראל. דער ענדגילטיגער ציל איז דער זעלבער – מיר אלע האבן איין באשעפער, און מיר ווילן מקרב זיין וואס מער אידן צו שטארקן די אמונה ובטחון אין אים, כדי זיי זאלן אויך קענען לעבן א לעבן פון מנוחת הנפש און רואיגקייט אונטערן באשעפערס שאטן... עס איז פאר מיר א גרויסע זכיה צו זיין איינער פון די מפיצים פון "השגחה פרטית".

בברכה, מרדכי הכהן מלאכי ביתר עילית

More in this printout

View the whole printout