Skip to content
השגחה פרטית

פינף און צוואנציג יאר שפעטער

  • Toldos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

פאר מיין בר מצוה האט מיין טאטע געוואלט קויפן פאר מיר גאר ספעציעל תפילין. מיינע עלטערן'ס פינאנציעלע מצב איז דעמאלט געווען ווייט פון גוט, אבער די מצוה איז ביי אים געווען טייער אויך אין פשוט'ן זין פון ווארט..., און ער האט אויסגעגעבן א היפשע סומע געלט פאר די תפילין. ארום אנהייב אלול האב איך אנגעהויבן לייגן תפילין, און קורץ נאכדעם בין איך אריין אין א קליינע ישיבה קטנה מיט א דארמיטארי.

איין טאג, נאך שחרית, ווען איך בין געגאנגען נעמען מיינע תפילין, האב איך זיי נישט געקענט געפינען. איך האב געזוכט איבעראל—אויף די טישן, אינעם ספרים שאפע, אויך אין אומלאגישע פלעצער—אבער די טייערע תפילין זענען נעלם געווארן.

איך האב זיך געוואנדן צום משגיח פאר הילף, מיינע חברים האבן אויך זיך צוגעשטעלט צום זוך-אקציע, אבער די תפילין איז נישטא. דורכאויס די וואך האב איך געבארגט תפילין פון חברים, אבער אט דארף איך אהיים גיין אויף שבת. וויאזוי וועל איך קענען קוקן מיין טאטן אין פנים אן מיינע תפילין?

איך האב אבער נישט געקענט אפשטופן דאס אומפארמיידליכע. ווען איך בין אנגעקומען אהיים האט מיין טאטע גלייך געכאפט אז עפעס טויג נישט, און עס איז נישט געווען קיין ברירה נאר צו מודה צו זיין מיט א צובראכן קול און מיט אראפגעלאזטע אויגן, אז די טייערע תפילין זענען פארשוואונדן.

מיין טאטע האט נישט מייאש געווען. ער האט זיך פארבינדן מיט די ישיבה שטאב, איבערגעלאזט מיינע פרטים אין פארשידענע פלעצער, אבער – ווי די ערד וואלט איינגעשלונגען די תפילין. דער טאטע האט מחליט געווען אז דאס איז א גזירה מן השמים, און טראץ אונזער שווערן פינאנציעלן צושטאנד, איז ער נאכאמאל געגאנגען קויפן פאר מיר א טייערע פאר תפילין.

פינף און צוואנציג יאר זענען פארביי.

איין טאג באקום איך א טעלעפאן קאל פון א פארשטופטע געגנט אין לאנד.

"מיר האבן דא געפונען א פאר תפילין מיט דיין נאמען."

איך בין געווען איבערראשט. די טייערע תפילין זענען געפונען געווארן!

"איך וואוין דאך ווייט, און איך האב שוין נייע. גיבט עס פאר א גמ"ח אז אידן וואס דארפן עס זאלן עס קענען נוצן."

עטליכע טעג שפעטער, רופט ער מיר צוריק: "מיר האבן בודק געווען דיינע תפילין, און עס שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען פסול! די תפילין זענען קיינמאל נישט געווען כשר מלכתחילה!"

א ציטער און שמחה האבן מיר אינאיינעם ארומגענומען איך וואלט דאך געקענט חלילה זיין פאר יארן א "קרקפתא דלא מנח תפילין!" דער רבונו של עולם מיט זיין גרויס רחמנות האט מיר אפגעהיטן; ער האט צוגעפירט אז די תפילין זאלן פארלוירן גיין גלייך נאך מיין בר מצוה, כדי איך זאל קויפן נייע, כשר'ע און מהודר'דיגע תפילין אנשטאט דעם!

More in this printout

View the whole printout