Skip to content
השגחה פרטית

זיכה וזכה

  • Vayeitzei
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א שמועס מיט די גליקליכע משפיעים

פארגאנגענעם וואך האבן מיר געהאט א שמועס מיט א חשוב’ן מפיץ פון בארא פארק, וואס האט דערציילט מיט התרגשות ווי די גליונות און די ליין, האבן אים ממש געראטעוועט אין זיינע שווערע איבערלעבענישן. דערנאך האט ער אנגעפאנגען צו פארשפרייטן די לשה”ק’דיגע גליונות, נישט וויסנדיג אז ס’דא די אפציע פון אידיש.

דאס הייסט אז נאך פאר מען האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן די גליונות, האט איר עס שוין פון אייער אייגענעם ווילן געמאכט.

פשוט ווייל איך האב געזען אז ס’איז אינטערעסאנט. איך האב נישט פארשטאנען... איך וואוין אין בארא פארק, אפילו קינדער וואס פארשטייען יא אביסל מער, איז זייער שווער פאר זיי צו ליינען לשון הקודש. איינער וואס איז געוואקסן אין ארץ ישראל פארשטייט נישט אז ס’איז שווער, פאר קינדער איז עס זיכער שווער צו פארשטיין וואס מ’ליינט. און ס’איז נישט געשריבן אין לשון הקודש, און איך האב געזען קינדער וואס ליינען און מוטשען זיך און פרובירן.

אין א געוויסן שטאפל האט מען דעמאלטס געמאכט עפעס א מין “פראיעקט” צו ברענגען, איך מיין ס’איז געווען פאר טויזנט שולן אין ארץ ישראל. בין איך געווארן א מעמבער. איך האב אנגעהויבן דארטן, און דארט האב איך געגעבן אין איינע פון די ישובים. איך קען נישט געדענקען וועלכן מושב ס’איז געווען, ס’איז א מושב וואס איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, און ס’גייט דארטן, און דארט האב איך געגעבן.

שפעטער האט איר מיך גערופן דא, און איך האב אנגעהויבן אין אמעריקע. איך האלט ס’איז א געוואלדיגע זאך! און אין ארץ ישראל פארשטיי איך אז אסאך מענטשן קענען דעם קו השגחה פרטית מיט דעם גליון, אבער אין אמעריקע קען מען עס ווייניגער.

איך האב געטראכט אז ס’איז א געוואלדיגע זאך, נישט אזוי שטארק פאר דעם גליון, וואס איז אויך פאר זיך א געוואלדיגע זאך, א מורא’דיגע זאך. נאר אז מ’זאל פארשטיין אז אונטער דעם גליון איז דא א גאנצע מערכת פון אלע מיני שיעורים און אלע מיני דרשות, אין אלע מיני... מ’זאל וויסן אויך וואס עס איז דא אונטער דעם.

ממש געוואלדיג.

איר באקומט עפעס מעסעדזשעס פון אידן, פידבעק?

דאס ווייס איך נישט. איך קוק נישט נאך ווייטער, איך הער נישט ווייטער. איך ברענג אויך איינס-צוויי צום בית המדרש וואו איך דאווען, ס’איז א קליין בית המדרש, און דארטן ווערט עס צוכאפט. איך זע ווי פון די 9 ביז 90 זיצט מען און מ’ליינט דעם גליון.

וואס פאר א מעסעדזש קענט איר געבן פאר אנדערע וואס טראכטן צי זיי זאלן עס אויך פארשפרייטן?

איך מיין אז עס איז פון די גרעסטע זיכוי הרבים וואס איז שייך, צו עפענען מענטשנ’ס אויגן און הארץ, צו זען השגחה פרטית. און איך בין זיכער אז אזוי ווי ביי מיר איז געווען, ס’זענען דא צייטן וואס א מענטש איז אין א נויט. און ווען איינער איז א שליח אפילו מיט א קלייניגקייט, אזוי ווי מיין חבר וואס האט מיר בסך הכל געזאגט וועגן א טעלעפאן נאמבער, און עס האט מיר געטוישט אויף אזוי לאנג ווייטער. אונז רעדן שוין כמעט אכט יאר שפעטער, און איך בין יעדן טאג אויפ’ן טעלעפאן, איך הער דא, איך הער דארט.

מיט א קלייניגקייט קען מען עפענען א מענטש’ס הארץ, א מענטש’ס מח.

היינט אין די וועלט, איז יעדע זאך א סגולה; אז דו גייסט טון כך וכך, וועסטו האבן אכצן קינדער. וועסט טון כך וכך, וועסטו ווערן א מיליאנער. די סארט זאכן, פון מפיץ זיין די אור האמונה, זענען נאך אסאך אסאך גרעסער פון דעם!

More in this printout

View the whole printout