זיכה וזכה א שמועס מיט די גליקליכע משפיעים
א גוטן. וואו פארשפרייט איר די גליונות?
אין עטליכע בנינים.
וואס האט אייך געברענגט זיך אריינצולייגן אין פארשפרייטן די גליונות?
איך האב געזען די גליונות אין מיין בית המדרש, אזוי אויך אין נאך עטליכע פלעצער, און איך האב געטראכט אז ס'איז פשוט א געוואלדיגע זכיה צו קענען האבן א חלק אינעם געוואלדיגן זיכוי הרבים פון פארשפרייטן די גליונות. איך האב נישט די צייט, געלט, און מעגליכקייטן אליין צו פארשפרייטן אמונה אויף די וועלט, און זיכער נישט אויף אזא פארנעם ווי די גליונות מאכן, וויל איך כאטש האבן א חלק מיט די טייערע אידן וואס טוען עס מיט אזא געטריישאפט, און זענען דערמיט ממשיך די מסורה פון אברהם אבינו, וואס מ'פארשפרייט דעם אייבערשטנ'ס נאמען אויף די וועלט.
וואס איז אייער מעסעדזש וואס איר ווילט איבערגעבן פאר אנדערע וואס טראכטן צו זיי זאלן אויך פארשפרייטן דעם גליון?
פשוט גערעדט: נישט אזויפיל טראכטן... מ'טאנצט אריין אין דעם, מ'זעט די רעזולטאטן, מ'באקומט א גוטע געפיל, און פון דא און ווייטער, ווי מ'זאגט, איז היסטאריע. נישט יעדער איד איז זוכה צו קענען זיין אזא מזכה את הרבים, ווי דער חובת הלבבות זאגט אז די זכויות פון א מענטש ווערט סאך מער ווי געטאפלט און געטריפלט ווען מ'איז זוכה צו זיין אויך א מזכה את הרבים. מ'דארף פארשטיין די זכיה וואס מ'האט ווען מ'פארשפרייט פאר אנדערע אידן די ווארט פון אמונה און בטחון.
דו הערסט אמאל צוריק פון אזעלכע וואס ליינען די גליונות, וואס זייערע געפילן זענען בנוגע דעם גליון?
ווען מ'לייגט עס ארויס - אט דאס איז די בעסטע פידבעק וואס איז שייך צו באקומען, אז יא, דער עולם איז צמא לדבר ה', דער עולם זוכט, און וויל זיך מחזק זיין אין אמונה און בטחון, און בסיעתא דשמיא, זיי קומען טאקע אפנעמען די גליונות וואס איך פרוביר צו ארויסהעלפן פארשפרייטן. ווען מ'זעט דאס, געבט עס די שטערקסטע חיזוק!
ביי אונז אין בית המדרש איז דא א טייערער איד וואס ברענגט יעדע וואך הונדערט גליונות, און איך האב נאך כמעט קיינמאל נישט זוכה געווען צו באקומען איינע פון די אלע גליונות. ס'גייט אויס נאך פאר איך האב די מעגליכקייט עס צו זען בכלל. ברוך השם, דער עולם איז ווארעם און צמאים לדבר השם. אזעלכע גריסן דארף מען נישט הערן, אזעלכע גריסן זעט מען. און ווי מ'זאגט, א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער. ווען די האלטערס פון די גליונות אין די בנינים ליידיגן זיך אויס פון מינוט צו מינוט, און פון שעה צו שעה, מער און מער, פון ווען מ'זעט וויפיל ארומיגע און באקאנטע, ווי ווייט אידן היינט לעבן אזויפיל מער מיט א טאג-טעגליכע אמונה חושית, מיט בטחון און השגחה פרטית, קבלת רצון השם באהבה, מ'לאזט זיך פירן פון די רבונו של עולם, און מ'פארשטייט אז דאס אלעס איז א דאנק די אלע יחידים וואס געבן אוועק פון זייער צייט און געלט צו העלפן מפיץ זיין דאס ווארט פון אמונה, בלייבט שוין נישט קיין ספיקות צי דאס איז א וויכטיגע זאך צו טון - וועלכע אידן ווילן נישט האבן א חלק אין אזא מעכטיגע רעוואלוציע פון כלל ישראל?!