אשריכם ישראל כי בכם בחר קל; אידישע קינדער זענען דאך אזוי גליקליך מיט דער הייליגער תורה
- Shemini Atzeres
- 5787
- Yiddish
פרייליכע ריקודים אין צאנז שבועות אינדערפרי
הגאון בעל קול אריה ז"ל פלעגט פארן יעדעס יאר אויף יום טוב שבועות צום הייליגן דברי חיים זללה"ה, אמאל שבועות אינדערפרי ווען דער קול אריה איז געזיצן און געלערנט אין ביהמ"ד, איז צוגעגאנגען צו אים החסיד מו"ה קלמן כהנא ע"ה (פון די ראשי קהלה אין ק"ק סיגוט) און ער האט אים געזאגט: "היינט איז דאך דער זמן מתן תורתינו. כ'האב זיך מתבונן זיין, וואס וואלט געווען אויב דער אויבערשטער וואלט אונז חלילה נישט אויסגעקליבן און אידן וואלטן נישט באקומען די תורה? איר זענט דאך א גרויסער גאון מיט א חריפות'דיגער מח, וואלט איר מסתמא געווארן א גרויסער שר פון דער מלוכה, אבער איך בין דאך א פשוט'ער מענטש, וואלט איך געבליבן א נידריגער שפלידיגער גוי, וויאזוי וואלט איך אויסגעקוקט אן די תורה? אשרינו מה טוב חלקינו אז דער אויבערשטער האט אונז יא געגעבן די תורה!"
פון גרויס שמחה האט ר' קלמן אנגעהויבן טאנצן מיט א ברען, און דער קול אריה האט אים אנגעכאפט און געטאנצן צוזאמען מיט אים. ווען די ארומיגע חסידים האבן דאס געזען, האבן זיי אויך זיך מצרף געווען אין דעם טאנץ ביז דער הייליגער צאנזער רב איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפלת שחרית און ער האט געזען אז דאס גאנצע בית המדרש טאנצט... ווען דער צאנזער רב האט זיך געוואונדערט דערויף, האט מען אים דערציילט וואס ס'איז געווען, און דער דברי חיים האט געהאט דערפון א געוואלדיגע קורת רוח.
ווי גליקליך זענען מיר!
די זעלבע מחשבות דארף מען זיך מתבונן זיין בשעת די הקפות מיט דער הייליגער תורה. אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן זוכה געווען צו באקומען אזא מתנה טובה! ווי גליקליך זענען מיר, אז אז מיר האבן זוכה געווען דער אויבערשטער זאל אין אונז אויסוועלן פון יעדע אומה ולשון, מיר האבן זוכה געווען צו באקומען די הייליגע תורה, אשר בחר בנו מכל עם, דער אויבערשטער האט אונז אויסגעוועלט פון אלע פעלקער, ורוממנו מכל לשון, ווי גליקליך זענען מיר!, דורך די תורה זענען מיר דאך נישט מער ווי פראסטע גוים שפלים ונבזים, עס זענען דא אזויפיל מיליאנען גוים, ווען נישט די תורה וואלטן מיר געווען אזוי ווי זיי, אשרינו מה טוב חלקינו!
דער אור החיים הק' זאגט (פרשת תבוא ד"ה ושמחת) אז ווען מענטשן וואלטן משיג געווען 'מתיקות עריבות ונעימות זיו התורה', וואלטן געווען 'משתגעים ומתלהטים אחריה'. די סיבה פארוואס מיר שפירן דאס נישט אלעמאל, איז נאר ווייל מ'איז נישט דבוק אלעמאל אין דער תורה הק', אבער אז מ'האט אפילו נאר אביסל התבוננות און מ'איז זוכה צו לערנען די תורה הק', שפירט מען דאך בחוש אז 'מה יפה גורלינו'! דאס איז די גרויסע שמחה אין דעם הייליגן יום טוב פון שמיני עצרת און שמחת תורה, ווען אידן פרייען זיך מיט דער תורה.
אן אייביגער קשר וואס קען נישט איבערגעריסן ווערן
במשך דעם יום טוב האט מען ארויסגענומען דריי מאל די ספר תורה זיך צו פרייען און טאנצן מיט דער תורה. דריי מאל איז א 'חזקה לכולי עלמא' (יבמות סד:). אונז האבן א חזקה אז מיר האבן א קשר מיט דער הייליגער תורה, מיט א שמחה כנתינתה מסיני.
אידישע קינדער טאנצן ביי די הקפות מיט אזא שמחה של מצוה אזויפיל שעות ארוכות בלי הפסק. דאס ווייזט אויף דעם מורא'דיגן קשר בין ישראל לאביהם שבשמים. כנסת ישראל איז 'חבוקה ודבוקה בך' און קיין שום זאך אויף דער וועלט קען אונז נישט אפּרייסן פון אונזער מקור חיותינו - די הייליגע תורה! אין אלע מצבים וואס אונז גייען דורך, "אין פריידן און אין ליידן" האבן מיר די תורה הק'. שוין צוויי טויזנט יאר וואס אידן זענען זיך מוסר נפש פאר דער תורה. אידן האבן זיך געלאזט פייניגן, אידן האבן זיך געלאזט הרג'נען, אידן האבן זיך געלאזט שחט'ן פאר די תורה, אבער אלעס איז כדאי אלעס איז ווערד, אז מיר האבן די הייליגע תורה, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.
מי ידמה לנו מי ישוה לנו! ס'איז נישט דא גענוג ווערטער אין מויל ארויסצוברענגען די רגשי הלב צו השי"ת, פאר די מתנה טובה די תורה הק' וואס ער האט אונז געגעבן, די גרויסע טובה וואס ער האט געטאן מיט אונז אז ער האט אונז געגעבן די תורה, מ'זאל זיך קענען מדבק זיין אין די תורה הקדושה און דורך דעם צו זיין דבוק אין הקב