Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

עצרת תהיה לכם; מען מישט נישט איבער דאָס בלעטל, מען נעמט מיט דאָס בלעטל!

  • Shemini Atzeres
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די קדושת הזמנים בלייבט אויף אייביג

בַּיּוֹם הַשְׁמִינִי עֲצֶרֶת תִּהְיֶה לָכֶם. דער פעטער ז"ל האָט מדייק געווען, אַז לכאורה וואָלט געווען גענוג ווען עס שטייט: 'ביום השמיני עצרת לכם', פאַרוואָס זאָגט די תורה דאָס וואָרט 'תהיה'?

נאר ווען מ'גייט אַרויס פונעם יום טוב, קען מען זיך אַמאָל מאַכן אַ חשבון אז עס זענען שוין אַריבערגעגאַנגען די הייליגע טעג פון ראש השנה, יום הקדוש, סוכות און שמחת תורה, און מען גייט צוריק צו דעם געווענליכן סדר היום, ס'קען זיך דאַכטן אַז אַלעס איז געווען לריק ח"ו.

זאל מען וויסן אַז חלילה אַזוי צו זאָגן! עס בלייבט זיכער אויפ'ן מענטש אַ רישומא דקדושה פון די קדושת הזמנים. עס בלייבט אַ רושם פון די אַלע תפלות און די תקיעות פון ראש השנה, פון די עבודת התשובה פון עשי"ת און יום הקדוש, פון מצוות סוכה און ארבעה מינים, און פון די שמחה פון שמיני עצרת און שמחת תורה. "מען מישט נישט אַריבער דאָס בלעטל, מען נעמט מיט דאָס בלעטל". די קדושה פון די הייליגע טעג בלייבט מיט אונז אויפ'ן גאַנצן יאָר !

דאָס זאָגט דער פּסוק: 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' - ווי חז"ל דרש'נען אַסאַך מאָל אַז דאָס וואָרט 'תהיה' מיינט 'בהוויתה תהא' - עס זאל בלייבן אַזוי. ווען מען גייט אַרויס פון די הייליגע טעג, 'בהווייתה תהא', בלייבט די קדושה איינגעקריצט אין אונזער הארץ, און מ'דארף דאָס מיטנעמען אויפ'ן גאַנצן יאָר.

More in this printout

View the whole printout