Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

אונזער שמחת תורה איז אסאך חשוב'ער ווי די שמחה פון די מלאכי מעלה

  • Shemini Atzeres
  • 5787
  • Yiddish
View printout

פאַרוואָס דאַרף מען אַראָפּשיקן די אבות הק' פון גן עדן?

אבות אבותינו פלעגן דערמאָנען בשעת די הקפות פון שמחת תורה, וואָס דער זוהר הק' זאָגט (פנחס ריט, ב) אויפ'ן פסוק (תהלים קמט, ב) ישמח ישראל בעושיו, אַז ווען אידישע קינדער פרייען זיך מיט דער שמחת התורה דאָ אויף דער וועלט, שיקט דער אויבערשטער אַראָפּ די אבות פון גן עדן, אַז זיי זאָלן זיך מיטפרייען מיט די שמחה פון זייערע קינדער.

לכאורה דאַרף מען פאַרשטיין, פאַרוואָס דאַרף דער אויבערשטער אַרויסשיקן די אבות פון גן עדן, פאַרוואָס קענען זיי זיך נישט מיטפרייען מיט דער שמחת התורה דאָרט אויבן אין גן עדן ?

דער חידוש איז: דוקא אונזער שמחה אויף דעם עולם השפל

נאר קען זיין, אודאי איז אויך אין הימל דאָ אַ געוואַלדיגע שמחת התורה, מען מאַכט דאָרט אויך די הקפות און די מלאכי מעלה פרייען זיך אין אַזאַ הייליגן טאָג מיט די שמחה פונעם אויבערשטן וואָס האָט געגעבן די תורה פאַר אידישע קינדער, אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס נישט קיין שום רבותא. די מלאכים ושרפים האָבן דאָך נישט קיין יצר הרע, און זיי גייען נישט אַריבער אַלע נסיונות ופגעי הזמן. אויב אַזוי איז נישט קיין חידוש אַז זיי פרייען זיך מיט דער תורה.

אָבער ווען אידן פרייען זיך בשמחת התורה דאָ אויף דער נידריגער וועלט, כאָטש מיר זענען דאָך 'קרוצי חומר וחסרי מדע', איז דאָס אַ געוואַלדיגע רבותא. אונז ווייסן דאָך גוט אונזער נידריגער מצב, מ'קוקט ליידער אויס וויאַזוי מ'קוקט אויס, מ'האָט נישט געלערנט ווי ס'דאַרף צו זיין און מ'האָט אַסאַך פאַרפעלט אין עבודת ה', אָבער ווען אונז שטאַרקן זיך צו דינען דעם אויבערשטן, און מען איז משתוקק צו נתקרב ווערן צו השי"ת, ווערט דורכדעם נתרומם דער כבוד שמים אַסאַך מער ווי דורך די עבודה פון די מלאכים !

דאָס איז דער טעם פאַרוואָס די אבות הק' קומען אַראָפּ דוקא דאָ אויף דער וועלט זיך מיטצופרייען מיט אונז בשמחת התורה, ווייל פון אונזער שמחה ווערט אַסאַך מער נתרומם דער כבוד שמים ווי פון דער שמחה פון די מלאכי מעלה.

More in this printout

View the whole printout