Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

ביי בריאת העולם האָט שוין השי"ת געזען וויאזוי 'פאַרשוויצטע אידן' טאַנצן הקפות

  • Shemini Atzeres
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מתקן זיין דעם פייער מיט אַ הייליגן פייער

עס שטייט אין תיקוני זוהר (דף כז, א) אויפ'ן פסוק: 'בראשית ברא אלקים', אַז 'בראשית' איז די אותיות 'ברית אש'.

קען זיין פשט, לויט ווי דער זוהר הק' זאָגט (בראשית דף כג.) אַז פֿאַר בריאת העולם האָבן די מלאכים גע'טענה'ט צום אויבערשטן 'זמין הוא למחטי קמך', דער מענטש וועט דאָך זינדיגן פֿאַר דיר. האָט זיי דער אויבערשטער געענטפערט אַז נאָך איידער ער האָט באַשאַפן די וועלט האָט ער שוין אָנגעגרייט תשובה, אַז מ'זאל קענען צוריקקומען און פאַררעכטן וואָס מ'האט געזינדיגט.

שטייט אין סידורו של שבת (שורש השישי סוף ענף ג) אויפ'ן פסוק (במדבר לא, כג): כל דבר אשר יבא באש תעבירו באש וטהר. אַז עבירות וואָס מ'האט געטון מיט אַ וואַרעמקייט און אַן אינערליכע פייער, האָט נישט קיין תיקון, נאר דורכדעם וואָס 'תעבירו באש וטהר' - אַז מ'זאָל דאס איבערדרייען דאָס פייער צו עבודת ה', צו אהבה און צו יראה.

דער אור הבעש"ט הק' ביי די הקפות

עס שטייט אין ספה"ק אגרא דכלה אַז 'בראשית' איז ראשי תיבות: אור תורת רבינו ישראל בעל שם. דער בעש"ט הק' האָט אָנגעצונדן אן אש קודש, אַז אידישע קינדער זאלן דינען דעם אויבערשטן מיט אַ פלאַם פייער, רשפי אש שלהבת קה, און דאָס פייער ברענט נאָך ביז'ן היינטיגן טאָג.

לפי זה, קען מען זאָגן אַז ווען די מלאכים האָבן מקטרג געווען אַז דער מענטש גייט זינדיגן, האָט זיי דער אויבערשטער געענטפערט: 'בראשית – ברית אש'. דורך דעם אש קודש, די ליכטיגקייט פון תורת רבינו ישראל בעל שם, וועט זיין 'תעבירו באש'! דער פייער וועט איבערדרייען די שלעכטע וואַרעמקייט צום גוטן, ווען אידן וועלן דינען דעם אויבערשטן מיט אַ ברען און אַ קאָך. ווען דער אויבערשטער האָט באַשאפן די וועלט, האָט ער שוין געזען די 'פאַרשוויצטע אידן', וואָס טאַנצן און פרייען זיך מיט דער שמחת התורה מיט אַזאַ פייער און ברען - און וועגן דעם האָט ער באַשאַפן די וועלט !

More in this printout

View the whole printout