שאל מה דבעי ויהיבנא לך; דער גרויסער עת רצון פון שמיני עצרת
- Shemini Atzeres
- 5787
- Yiddish
אַ שמחה וואָס באַלאַנגט נאר פאַר כלל ישראל
דער זוהר הק' זאָגט (נח דף סד:) אַז אין דעם טאָג פון שמיני עצרת זאָגט דער אויבערשטער פאַר אידישע קינדער: שאל מה דבעי ויהיבנא לך – בעט וואָס דו ווילסט, און איך וועל דיר געבן.
אין דעם הייליגן יום טוב פון שמיני עצרת און שמחת תורה עפנט זיך אַ געוואלדיגער צינור מיוחד פון השפעות טובות פאַר אידישע קינדער, ווייל אידן פרייען זיך דעמאָלט מיט די תורה הקדושה, אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו – דער אויבערשטער האָט אונז בוחר געווען און ער וויל אונזער עבודה.
וזר לא יתערב בשמחתינו – קיין שום אומה ולשון האָט נישט קיין חלק אין דער שמחת התורה, ווייל נאר אונז האָט דער אויבערשטער אויסדערוועלט – ורוממנו מכל לשון! אידן פרייען זיך מיט דער תורה און מיט'ן 'נותן התורה', וואָס די תורה איז אונז מקשר צו אבינו שבשמים, ווי דער זוהר הק' זאָגט (אחרי דף עג.): 'קודשא בריך הוא, אורייתא וישראל חד הוא'.
רגל בפני עצמו - נאר אידן מיט'ן רבוש"ע
דורך די שמחת התורה האָבן מיר אַ מורא'דיגן און טיפן קשר מיט'ן הייליגן באַשעפער און מיט דער תורה הקדושה. די גרויסע שמחה וואָס אידן טאַנצן און פרייען זיך מיט דער תורה, מיט אַזאַ התלהבות דקדושה, דאָס איז אונז מקשר און ברענגט אונז נאָנט צום אויבערשטן.
דאָס זאָגן חז"ל (חגיגה יז.): שמיני רגל בפני עצמו - דער צינור וואָס עפנט זיך שמיני עצרת איז 'בפני עצמו' דאָס עפנט זיך נאר פאַר כלל ישראל! קיין שום אומה ולשון קען נישט נהנה זיין דערפון, ווייל דער צינור קומט דורך דעם קשר מיוחד וואָס איז דא צווישן אידן מיט'ן אויבערשטן.
אין דעם טאָג עפענען זיך די שערי שמים און ס'ווערט נשפע אַלע השפעות טובות. דער אויבערשטער זאָגט כביכול: שאל מה דבעי ויהיבנא לך. ער שיקט אַראָפּ פאר יעדן איד אַלע בקשות וואָס מען דאַרף האָבן - 'די מחסורו אשר יחסר לו - יעדער איינער מיט זיינע וויכטיגע השפעות און ישועות. דער אויבערשטער אַליין קוקט אריין אין אידישע הערצער, און ער ווייסט און זעט אין וועלכע ענינים דער איד דארף אַ ישועה, און ער איז ממלא משאלות לבנו לטובה.