ישמח ה' במעשיו; דער רבוש"ע כביכול טאַנצט מיט אידישע קינדער
- Shemini Atzeres
- 5787
- Yiddish
געטאנצן מיט אַ לעבעדיגע ספר תורה
ותתן לנו ה' אלקינו באהבה וכו' את יום שמיני עצרת החג הזה זמן שמחתינו מקרא קודש זכר ליציאת מצרים. דארף מען צו פארשטיין וואו קומט דא אריין ביי שמיני עצרת זכר ליציאת מצרים.
ס'איז באַקאַנט אַז ווען דער הייליגער חתם סופר זי"ע איז נאָך געווען אַ קינד אין דער שטאָט פראַנקפורט, האָט דער מרא דאתרא, הגאון רבי אברהם אביש זללה"ה בעל ברכת אברהם, אים אויפגעהויבן אינמיטן די הקפות פון שמחת תורה, און ער האָט געטאַנצן מיט אים, זאָגנדיג אַז ער טאַנצט מיט אַ ספר תורה.
כביכול די זעלבע בחינה געפינט מען ביי דעם גרויסן חביבות וואָס דער אויבערשטער האָט צו אידישע קינדער, ווי עס שטייט אין פּסוק (הושע יא, ג): וְאָנֹכִי תִרְגַּלְתִּי לְאֶפְרַיִם קָחָם עַל זְרוֹעֹתָיו. און רש"י (שמות יד, כ) ברענגט דעם פסוק אויפ'ן ענין פון יציאת מצרים.
עתיד הקב"ה לעשות מחול
דא ליגט אַ כוונה, אַז מחמת די געוואלדיגע אהבת ה' צו אידישע קינדער, הייבט ער כביכול אויף נשמת ישראל און טאַנצט מיט זיי, ווי חז"ל זאָגן (תענית לא.): עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים לעתיד לבא. וואָס דאָס איז אַ העכערע בחינה וואָס מיר קענען נישט משיג זיין מיט אונזערע גשמיות'דיגע השגות, און ווען נישט חז"ל זאָגן דאָס וואָלט מען עס אפילו נישט געקענט נאָכזאָגן.
אוודאי איז דער הייליגער באַשעפער 'אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף', און פּונקט ווי מיר פאַרשטייען נישט די בחינה וואָס חז"ל זאָגן אַז דער אויבערשטער לייגט תפילין יעדן טאָג, אַזוי קענען מיר נישט משיג זיין דעם ענין אַז דער אויבערשטער וועט כביכול מאַכן אַ מחול מיט די צדיקים, אָבער חז"ל זענען אונז מגלה אַז ס'איז דאָ אַזאַ הויכע הנהגה פון אהבת ה', וואָס ווערט אָנגערופן מיט אַ משל פון אַ ריקוד און אַ מחול לצדיקים, אַז דער אויבערשטער וועט כביכול אויפהייבן אידן אויף זיינע ארעמעס און זיך פרייען אינאיינעם מיט זיי.
די שמחה בשמי מעל מיט אידישע קינדער
אין די הייליגע טעג פון שמיני עצרת און שמחת תורה, איז דא דער בחינה פון עליונים ששו ותחתונים עלזו. דא אונטן, אויף דעם עולם השפל פרייען זיך אידישע קינדער מיט ריקודים של שמחה; מען טאַנצט מיט דער ספר תורה, און מען לויבט און מען דאַנקט דעם הייליגן באשעפער 'אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו'.
די זעלבע שמחה איז אויך דאָ אויבן אין גן עדן העליון. אין הימל פריידט מען זיך מיט'ן שמחת תורה, און דער אויבערשטער כביכול איז זיך מתפאר מיט אונז, ווי חז"ל זאָגן (ברכות ו:) אַז אין די תפילין פון הקב"ה שטייט 'ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ'. דער אויבערשטער הייבט כביכול אויף די צדיקים און טאַנצט מיט זיי, ער בארימט זיך מיט אידישע קינדער אַז ס'איז אַרויסגעקומען פון כלל ישראל אַזעלכע הייליגע צדיקים וואָס האָבן אים געדינט מיט אַלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים, און האָבן זיך ממית געווען באהלה של תורה. דער אויבערשטער פריידט זיך מיט אונז און הייבט אונז אויף, אַזויווי מען טאַנצט און מען פריידט זיך מיט אַ ספר תורה.
דאָס קען זיין פּשט וואס מען זאָגט: ותתן לנו ה' אלקינו באהבה את יום שמיני עצרת החג הזה זמן שמחתינו שמיני עצרת איז דער זמן שמחתינו, ווען אידן פרייען זיך מיט'ן אויבערשטן און כביכול דער אויבערשטן הייבט אויף די צדיקים און טאַנצט מיט זיי. 'זכר ליציאת מצרים' – פּונקט ווי ביי יציאת מצרים איז געווען די בחינה פון 'קחם על זרועותיו', אַז דער בוכ"ע האָט אונז כביכול אויפגעהויבן אויף זיינע ארעמעס. די זעלבע אהבה ווערט יעדעס יאָר נאָכאַמאָל נתגלה אין שמיני עצרת און שמחת תורה ! אידן טאַנצן מיט דער תורה און דער אויבערשטער טאַנצט כביכול מיט אידישע קינדער.