Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

גדול יום הגשמים; די אהבת ה' וואס ווערט נתגלה שמחת תורה אין אידישע הערצער

  • Shemini Atzeres
  • 5787
  • Yiddish
View printout

קיום התורה והמצוות ברענגט אהבת ה'

דער הייליגער תפארת שלמה (פרשת יתרו) ברענגט די באַקאַנטע קשיא פון די ראשונים: וויאַזוי קען די תורה געבן אַ מצוה פון אהבת ה', די מדה פון אהבה איז דאָך אַ זאַך וואָס איז תלוי אינעם האַרץ, און מ'קען נישט הייסן אַ מענטש אַז ער זאָל ליב האָבן עפּעס?!

זאָגט דער תפארת שלמה אַז דער פסוק זאָגט (מלאכי א, ב): אהבתי אתכם אמר ה', און אַזוי זאָגט מען אויך פאַר קריאת שמע: אהבת עולם אהבתנו ה' אלקינו. דורך די תורה און מצוות וואָס אידן זענען מקיים, שיינט דער אויבערשטער אַריין און ער איז משפיע אין אונזערע הערצער אַ ליכטיגקייט פון דער אהבה וואָס ער האָט צו אידן, און דאָס וועקט אויף די הערצער אַז אידן זאָל צוריק נתעורר ווערן מיט אַ געוואַלדיגע אהבה צום אויבערשטן.

דאָס איז אַ בחינה פון 'כמים הפנים לפנים' (משלי כז, יט) – ווען דער מלך מלכי המלכים ווייסט אַרויס זיין אהבה פאַר אַ איד, איז דאָך זיכער אַז דער מענטש וועט צוריק ערוועקט ווערן מיט אַ מורא'דיגע אהבת ה'. וועגן דעם זאָגט מען די ברכה פון הבוחר בעמו ישראל באהבה פאַר'ן לייענען קריאת שמע, ווייל דאָס איז דער שורש און דער הקדמה צו 'שמע ישראל – ואהבת את ה' אלקיך', דורכדעם וואָס אַ איד דערהערט די אהבה וואָס דער רבונו של עולם האָט צו אים, קען ער נאָכדעם אויפוועקן ביי זיך צו שפּירן אַן אמת'ע אהבת ה'.

דער תפארת שלמה טייטשט דערמיט וואָס רש

More in this printout

View the whole printout