Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

תאיר ארץ מכבודך; דער גרויסער כבוד שמים דורך די תורה פון א פשוט'ער איד

  • Shemini Atzeres
  • 5787
  • Yiddish
View printout

תאיר ארץ מכבודך; דער גרויסער כבוד שמים דורך די תורה פון א פשוט'ער איד

הִגָּלֶה נָא וּפְרֹס חֲבִיבִי עָלַי, אֶת סְכַּת שְׁלוֹמֶךְ. תָּאִיר אֶרֶץ מִכְּבוֹדֶךְ נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָךְ

פאַרוואָס דוקא פסולת גורן ויקב?

ביי דער מצוה פון סוכה זאָגט די תורה הק' (דברים טז, יג): חג הסוכות תעשה לך שבעת ימים באספך מגרנך ומיקבך. און חז"ל לערנען דערפון (סוכה יב, א) אַז דער סכך דאַרף זיין פון פסולת גורן ויקב.

לכאורה דאַרף מען פאַרשטיין: די סוכה האָט דאָך אַ מורא'דיגע קדושה, ווי חז"ל זאָגן (סוכה ט, א) 'חל שם שמים על הסוכה', און דער עיקר קדושה איז דאָך דער סכך פון דער סוכה (רא"ש סוכה פ"א הי"ג), אויב אַזוי, פאַרוואָס איז דער חיוב צו מאַכן די סכך דוקא פון אַזעלכע ביליגע זאַכן ווי 'פסולת גורן ויקב'? וואָס איז די מצוה אַנדערש ווי אַלע מצוות התורה וואָס מ'דארף לכתחלה עס מאַכן אויפ'ן שענסטן אופן, כדי מקיים צו זיין 'זה קלי ואנוהו - התנאה לפניו במצוות' (שבת קלג :) ?!

נאר עס קען זיין דאָס ענין, אַז טאַקע ווייל די קדושה פון סוכה איז אַזוי גרויס, דאַרף די סכך געמאַכט ווערן פון 'פסולת גרן ויקב', צו ווייזן אַז דער כבוד שמים ווערט אַסאַך מער נתרומם דורך די עבודה פון אַ גשמיות'דיגער מענטש וואָס געפינט זיך דאָ אויף דער נידריגער וועלט. וועגן דעם זאָגט די תורה אַז מ'זאל נישט מאַכן די סכך פון 'כסף וזהב', נאר דוקא פון 'פסולת גורן ויקב', וואָס איז די אָפּפֿאַל און די ביליגסטע פון אַלע צמחים און ס'איז פאר'מיאוס'ט אין די אויגן פון מענטשן, כדי צו מרמז זיין אַז ווען דער שם שמים רועט אויף אַ נידריגער זאַך, איז דאָס אַסאַך אַ גרעסערע כבוד פאַר'ן אויבערשטן.

דורך אונז ווערט נאָכמער נתרומם דער כבוד שמים

דאָס איז דער ענין וואָס מיר פירן זיך (על פי האריז"ל פרע"ח שער הלולב פ"ג) אַריינצוברענגען די ארבעה מינים אין דער סוכה, און דאָרט מקיים זיין די מצוה פון נטילת לולב. ווייל דער מדרש זאָגט (ויקרא רבה ל, יב) אַז די ארבעה מינים זענען מרמז אויף פיר סאָרט כתות, און די ערבות זענען מרמז אויף אַזעלכע וואָס האָבן נישט קיין תורה און נישט קיין מעשים טובים, אָבער פונדעסטוועגן נעמט מען אַלע פיר מינים צו מקיים זיין די מצוה, ווייל פון אַלע אידן קומט אַרויס אַ כבוד שמים און ס'ווערט דורך זיי געלויבט דעם אויבערשטנס נאָמען.

וועגן דעם נעמט מען די ארבעה מינים דוקא אין דער סוכה, ווייל די סוכה לערנט אונז אַז ס'קען חל זיין דער שם שמים אפילו אויף די נידריגסטע זאכן, ממילא זעט מען דאָך אַז די עבודה פון פשוט'ע מענטשן איז אויך זייער חשוב און ס'איז חל אויף זיי דער שם שמים, איך בין וואָס איך בין, איך קוק טאַקע אויס, אַזויווי איך קוק אויס, אָבער טאַקע וועגן דעם ווערט נאכמער נתרומם פון מיר דער כבוד שמים.

די חשיבות פון 'קביעות עתים לתורה' נאָך אַ פאַריאָגטן טאָג

אשריך ישראל מי כמוך ! ווי חשוב זענען אידישע קינדער וואָס זענען מרבה דעם כבוד שמים מיט יעדעס וואָרט פון תורה און תפלה, נאָך אַסאַך מער פון אַלע עבודות פון די מלאכים !

ישמע חכם ויוסיף לקח, צו פאַרשטיין דאָס גרויסע חשיבות פון קביעות עתים לתורה, דוקא פון אַזאַ איך וואָס איז טאקע טרוד און פאַרנומען אַ גאַנצן טאָג 'על המחיה ועל הכלכלה', אָבער סוף טאָג ווען ער איז מיד און אויסגעמאַטערט, רייסט ער זיך אַוועק פון אַלע זיינע טרדות און ער קומט ער אין ביהמ"ד צו עוסק זיין בתורה אַ שעה צוויי. דאָס איז זייער חשוב ביים הייליגן באַשעפער !

ומכאן הקריאה יוצאת, אַז יעדער איינער זאל זיך מצרף זיין אין די חבורות פון תורה, יעדער לויט זיין בחינה, מ'זאל האָבן אַ 'חוק קבוע ולא יעבור' צו לערנען יעדן טאָג אַ שיעור אין דער הייליגער תורה. ווייל דוקא פון אַזעלכע אידן וואָס זענען פאַרנומען מיט גשמיות און טרדות, ווערט נאָך שטאַרקער נתרבה דער כבוד שמים.

די גשמיות'דיגע אידן זאָלן לייכטן

הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך - אידישע קינדער זענען מתפלל אַז ס'זאל אונז נתגלה ווערן די גרויסע חשיבות פון די נידריגע זאַכן, אַזויווי מ'זעט ביי דער מצוה פון סוכה. תאיר ארץ מכבודך - אויך די פשוט'ע מענטשן זאלן שיינען פאַר דיר. אפילו אידן וואָס זענען עוסק אין ערדישע און גשמיות'דיגע זאַכן זאלן אויך דינען דעם אויבערשטן, ווייל פון זיי ווערט נאָכמער נתרומם דער כבוד שמים ווי פון די בני עליה.

נגילה ונשמחה בך - אידן פרייען זיך מיט דער תורה, און דער אויבערשטער זאָל קומען כביכול זיך מיטפרייען מיט אונז, ווייל ס'ווערט נתרבה דער כבוד שמים דורך אונזער שמחת התורה, נאָכמער ווי די שמחת התורה פון די מלאכים בשמי מעל.

More in this printout

View the whole printout