Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

ירוץ עבדך כמו איל; השתוקקות זיך אויפצוהייבן צו השי"ת, אפילו נאָכ'ן אַראָפּפֿאַלן

  • Shemini Atzeres
  • 5787
  • Yiddish
View printout

יְדִיד נֶפֶשׁ אָב הָרַחֲמָן, מְשׁךְ עַבְדֶךְ אֶל רְצוֹנֶךָ, יָרוּץ עַבְדֶךְ כְּמוֹ אַיָּל, יִשְׁתַּחֲוֶה אֶל מוּל הֲדָרֶיךָ, יֶעֶרַב לוֹ יְדִידוֹתֶיךָ מִנּפֶת צוּף וְכָל טָעַם.

די חביבות פון יעדע רצון צו גיין העכער

דער זיידע ז"ל אין ייטב פנים (מאמר קדישין, אות מב) איז מסביר דעם ענין פון ריקוד, לויט ווי דער זוהר הק' (נח סט, ב) זאָגט אויפ'ן פּסוק (תהלים פט, י): אַתָּה מוֹשֵׁל בְּגֵאוּת הַיָּם בְּשׂוֹא גַלָּיו אַתָּה תְשַׁבְּחֵם. אַז 'תשבחם' איז אַ לשון פון 'שבח והלל' – לויבן און דאנקן. ווייל זינט בריאת העולם, ווען דער אויבערשטער האָט אָפּגעטיילט די 'מים העליונים' און די 'מים התחתונים', וויינען די 'מים התחתונים', וואָס זענען געבליבן דאָ אויף דער וועלט: "אנן נמי בעינן למהוי קדם מלכא - אונז ווילן אויך זיין נאָנטן צום אויבערשטן". דאָס איז די סיבה פאַרוואָס די כוואליעס פונעם ים פּרובירן כסדר זיך אויפצוהייבן, ווייל זיי ווילן אַרויפגיין העכער און נתקרב ווערן צו השי"ת. דאָס איז פּשט אין פּסוק: בְּשׂוֹא גליו אתה תשבחם -ווען די גלי הים הייבן זיך אויף, איז דער אויבערשטער דאָס משבח כביכול, ווייל ס'איז ביי אים זייער חביב אַז אפילו זיי קענען נישט אנקומען און זיי פאַלן צוריק אַראָפּ, פּרובירן זיי נאָכאַמאָל זיך אויפצוהייבן און ווערן העכער און נאָנטער צום אויבערשטן. זאָגט דער ייטב פּנים, אַז דאָס איז אויך דער ענין פון אַ ריקוד: דער מענטש הייבט זיך אויף אַגאַנצן צייט ווייל ער וויל נתקרב ווערן נאָנטער צום אויבערשטן. און כאָטש וואָס ער פאַלט שפּעטער אַראָפּ, אָבער ס'איז זייער באַליבט און חשוב ביי השי"ת אפילו דער רצון אַליין, אַז מען וויל און מען פרובירט צו גיין העכער.

נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל זיך אויפהייבן

די הייליגע ווערטער זענען אַ געוואלדיגער חיזוק אין עבודת ה', ווייל יעדער איד האָט דאָך גוטע זמנים, ווען ער שפּירט אַ התעוררות אויף תיקון המעשים און ער ווערט נתקרב צו דער קדושה, אָבער דער יצר הרע שטעלט כסדר אונטער פאַרשידענע תחבולות און ערמימות, און ס'איז שווער אים צו בייקומען, ביז מ'פאַלט ליידער אַראָפּ פון דער מדריגה. בפרט ווען מ'שטייט יעצט נאָך די הייליגע טעג, ווען יעדער איינער האָט זוכה געווען צו שפּירן אַ העכערקייט און אַ קרבת אלקים, אָבער שפּעטער, ווען עס גייען דורך די זמנים קדושים, קען מען חלילה אַראָפּפֿאַלן פון דער מדריגה וואו מ'איז געווען, און דעמאָלט קומט דער יצר הרע און וויל אַריינווארפן דעם מענטש מיט מחשבות פון יאוש: "פאַרוואָס זאָלסטו זיך נאָכאַמאָל פּרובירן אויפצוהייבן און נתקרב ווערן צו דער קדושה, דו זעסט דאך אַז דו ביזט נישט מצליח און דו פאַלסט כסדר אַראָפּ נאָכאַמאָל?!" אָבער אַ איד דארף זיך לערנען פון די 'גלי הים', וואָס הייבן זיך אויף נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל צו ווערן נאָנטער צום אויבערשטן. און אפילו ווען זיי פאַלן צוריק אַראָפּ, שטאַרקן זיי זיך נאָכאַמאָל און זיי פּרובירן ווייטער צו גיין העכער, אָן קיין שיעור. דאָס זעלבע דארף אַ איד זיך שטאַרקן, אַז ער זאָל זיך קיינמאל נישט מייאש זיין, נאָר ער זאָל זיך נאָכאַמאָל צוריק אויפהייבן און נאָכאַמאָל אנהויבן דינען דעם אויבערשטן מיט אַ נייע תשוקה, ווייל דער רצון אַליין איז זייער חשוב ביים בורא כל עולמים ! ס'איז זייער טייער און באליבט ביים אויבערשטן יעדע תשוקה און יעדע קליינע תנועה וואָס אַ איד שטרענגט זיך אָן צו ווערן נאָנטער צו דער קדושה. דער אויבערשטער האָט דערפון אַ מורא'דיגע נחת רוח, און ער לויבט עס כביכול – אתה תשבחם !

די הייליגע ריקודים מיט אַ תשוקה צו ווערן נאָנטער

דאָס איז פּשט אין דעם פיוט: ידיד נפש אב הרחמן משוך עבדך אל רצונך. אידישע קינדער זענען מתפלל אַז דער אויבערשטער זאָל אונז ציען צו זיין רצון. אונז זאָלן זוכה זיין צו טון זיין ווילן און אים דינען בלב שלם. ירוץ עבדך כמו איל - פּונקט אַזוי ווי אַן 'איל' וואָס לויפט און שפרינגט אויף אַרויף, און אפילו עס פאַלט אַראָפּ, איז ער זיך נישט מייאש, נאָר ער שפרינגט און הייבט זיך נאָכאַמאָל אויף, אַזוי זענען אויך אידן: ישתחוה אל מול הדריך - מען הייבט זיך און מען שפּרינגט ביי די הייליגע ריקודים של מצוה, מיט אַ תשוקה פון 'אנן בעינן למהוי קמי מלכא'. און אפילו ווען מ'פאַלט פון דער מדריגה, גיבט מען נישט אויף, נאר מען פרובירט נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל זיך צו דערהייבן און ווערן העכער. דורכדעם וועט מען טאַקע זוכה זיין צו קרבת אלקים אַז ס'זאָל זיין: יערב לו ידידותיך מנופת צוף וכל טעם.

More in this printout

View the whole printout