פון תשרי צו א יסוד אין חינוך און אין טאג־טעגליכן לעבן
א אידיש קינד הייבט נישט אן לערנען קבלת עול ווען ער ווערט עלטער. פון וויגעלע" אן וואקסט ער אריין אין א לעבן וואס ווערט געפירט לויטן רצון ה'. שבת רירט מען נישט אן מוקצה, פארן עסן מאכט מען א ברכה, מען דאווענט, מען טוט מצוות, און מען היט זיך פון וואס די תורה לאזט נישט.
אזוי וואקסט אין אים נאטורליך אריין דער ערשטער יסוד פון א איד וואס רופט זיך אין די ספרי היסודב מיט'ן נאמען: כניעה - ביטול; נישט אלעס וואס איך וויל, טו איך; דער רצון ה' קומט אלעמאל קודם, און איך בין מבטלי מיין רצון פאר רצון ה'. און דאס איז די הויפטי יסוד בעפאר אלעם. אבער באמת איז דאס א לעבנסלענגליכע עבודה. מיט די יארן ווערן די רצונות שטערקער און די נסיונות
א. תלמוד בבלי מסכת סוכה דף מב.: תנו רבנן קטן היודע לנענע חייב בלולב להתעטף חייב בציצית, לשמור תפילין אביו לוקח לו תפילין, יודע לדבר אביו לומדו תורה וקריאת שמע, תורה מאי היא אמר רב המנונא תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב, קריאת שמע מאי היא פסוק ראשון.
ב. ספר חובות הלבבות שער הכניעה.
ג. אבות פרק ב' משנה ד': הוא היה אומר, עשה רצונו כרצונך, כדי שיעשה רצונך כרצונך. בטל רצונך מפני רצונו, כדי שיבטל רצון אחרים מפני רצונך.
ד. ספר חובות הלבבות - השער הששי -שער הכניעה - הקדמה: הנחוץ שבדברים... והיא - הכניעה, ומפני שנתברר לנו עוד, שהיא שורש העבדות...
גרעסער, און מען דארף כסדר ארבעטן אויף זיך". אמאל איז דער נסיון אין סור מרע - זיך אפהאלטן פון עפעס וואס מען וויל, ביי א קליינעם נסיון אדער א גרויסן. און אמאל איז עס אין עשה טוב - טון וואס איז ריכטיג ווען עס איז שווער, מוותר זיין, אננעמען א מצב, אדער אוועקלייגן דעם אייגענעם רצון פארן רצון ה'י.
די אויסטערלישע עפעקט פון בויען קינדער מיט די ריכטיגע ביטול לה'
אט די עבודה, איז נוגע ביים גאנצן הלוך ילך פונ'ם מענטש, און נישט נאר ביי קיום המצוות. ווייל ווען דער חשבון פון ביטול איז ריכטיג געבויעט אינעם מענטש, קען עס אים שפארן גאר אסאך צער, עגמת נפש, ספיקות, און נפשיות'דיגע שוועריגקייטן - ברוחניות און בגשמיות.
אסאך פון דעם מענטשנס שוועריגקייטן ווערן אסאך שטערקער, ווען ער קען נישט אננעמען אז דער מצב, די תוצאה, אדער דער רצון פונעם צווייטן, גייט נישט אזויווי ער האט געוואלט. ווען עס איז אבער איינגעוואקסן אין אים אז ער איז א נברא, אז זיין תפקיד איז צו טון זיין חלק און נישט אלעס דארף זיך אויספירן לויט זיין רצון, קען ער פיל רואיגער און קלארער דורכגיין די שוועריגקייטן פונעם לעבן.
איז ביטול צו א גרויסע מדריגה פאר יונגע קינדער?
מען דערציילט פון א גר צדק, אז ווען מען האט אים געפרעגט וועלכע מצוה עס איז אים געווען די שווערסטע זיך צוגעוואוינען, האט ער געענטפערט: מוקצה אום שבת.
ה. רבינו יונה - משלי פרק כד פסוק ל: דברים הצריכים לנפשותיכם, כדרך החרישה וההשקאה להצמיח הזרע והוא מזגו במצוע הארץ. התבונן בזה, כי הנה תולדת הארץ מצלחת בעבודת האדם, וכן תולדת הנפש תצליח בגדול ולמוד והנהגה וכו', ואם לא יגדלם ויניח התאוה על דרכה ועל תאותה ותולדתה תשחת הנפש במידותיה ויפסד השכל, וגם הגוף יספה ויאבד ביתרון המאכל והמשגל, אף כי יאבדו הנפש והגוף בחטאים ובעונשים.
ו. ספר ליקוטי תורה - פרשת בלק: כד אתכפיא סט"א להיות בטל רצונך מפני רצונו כו' בסור מרע ועשה טוב בבחי' עשי' גשמיות במעשה המצות וסור מרע.
דער חשבון איז פשוט. וואס פאר אים איז געווען א נייע עבודה, איז פאר א קינד וואס וואקסט דערמיט אויף כמעט א נאטורליכער סדר החיים. פון קליינווייז אן האט זיך אין אים איינגעווארצלט: שבת - דאס רירט מען נישט אן.
דאס זעלבע קען די חינוך אויפטון מיט דעם טיפן יסוד פון ביטול. הגם, מען קען נישט אוועקנעמען די נסיונות וואס וועלן קומען שפעטער, אזוי ווי יעדע זאך אין לעבן, אבער מען קען שוין אין די קינדער יארן בויען דעם מהלך המחשבה מיט וועלכן ער וועט באגעגענען די נסיונות'. ביי זיינע יעצטיגע קליינע נסיונות קען ער זיך געוואוינען צו פרעגן, נישט בלויז וואס וויל איך?, נאר אויך: וואס וויל דער רבונו של עולם פון מיר?
חודש תשרי - די עבודה פון ביטול
און דווקא אין חודש תשרי זעט מען וויאזוי די תורה לערנט אונז אויס צו בויען דעם מענטש ריכטיג אין דער נקודה. ראש השנה, יום כיפור, סוכות און שמיני עצרת נעמען דעם אויבנדערמאנטן חשבון", און ברענגען אים אריין, שטאפל נאך שטאפל, אין פארשידענע חלקים פונעם מענטשנס לעבן, אזויווי ווייטער ערקלערט. און ווען דער זעלבער חשבון ווערט דערנאך ווייטער געהאלטן לעבעדיג אין דער טאג־טעגליכער שפראך פון חינוך, קען עס ביסלעכווייז ווערן א טייל פון זיין נאטורליכן וועג פון טראכטן.
דער יסוד אונטער דעם אלעם איז איין פשוטע הכרה:
איך" בין א נברא, און דער רבונו של עולם איז דער בורא.
ז. ספר שבט מוסר - פרק יז: ובלי ספק מי שממלא רצון הקטן סופו יעלה למדת הגאוה.
ח. ספר ליקוטי תורה - דרושים לשמ"ע: והנה סדר העבודה צ"ל תחלה ראש השנה שזה היום תחלת מעשיך זכרון ליום ראשון, ובחי' ר"ה הוא בחי' שמאלו תחת לראשי בחי' שמאל דוחה כו', וכן סדר עבודת האדם תחלה היא בבחי' שמאל דוחה כו' בבחינת ריחוק, דהיינו שידמה בנפשו כאלו הוא רחוק מה', וכמאמר רז"ל היה בעיניך כרשע, ועל דרך זה נתקנו כל הוידוים והסליחות קודם ר"ה ובעשי"ת, לראות בעצמו כל הפחיתות שבו להיות שפל בעיניו ולב נשבר ונדכה על עוצם ריחוקו מה'.
ט. רמב"ן על שמות פרק יג פסוק טז: ואין אל עליון חפץ בתחתונים מלבד שידע האדם ויודה לאלהיו שבראו, וכוונת רוממות הקול בתפלות וכוונת בתי הכנסיות וזכות תפלת הרבים, זהו שיהיה לבני אדם מקום יתקבצו ויודו לאל שבראם והמציאם ויפרסמו זה ויאמרו לפניו בריותיך אנחנו., בספר חובת הלבבות בונה כל סדר עבודת האדם בדרך זו: בשער היחוד כתב: יחוד האלהים בלב שלם שרשה ויסודה... והוא ראש אמתת הדת; ובפתיחת שער הבחינה: מפני שהקדמנו בשער הראשון אופני יחוד האלהים בלב שלם... התחייבנו להדביקו אליו; ובפתיחת שער עבודת האלקים: מפני שביארנו במה שעבר חיוב יחוד האלהים בלב שלם, ואופני בחינת טובותיו על האדם, התחייבנו לזכור אחר כך מה שהאדם חייב לנהוג בו כשיתברר אצלו, והוא קיבול עבודת האלהים... שער הבטחון: מפני שקדם מאמרנו בחיוב קבלת עבודת האלקים ראיתי להביא אחריו... הבטחון עליו בכל דבריו... וכן להלאה בשאר שעריו.