פרק ה מצות שמחה: זיך פרייען און געדענקען פון וועמען דאס גוטס קומט
- Shemini Atzeres
- 5787
- Yiddish
אצינד קומט אויס - ביי די ד' מינים האבן מיר שוין געזען א וויכטיגן יסוד.
סוכות קומט אין א צייט ווען דער מענטש האט אריינגענומען זיין תבואה און פירות, ער זעט פאר זיך די ברכה און די הצלחה, און נאטורליך ווערט זיין הארץ פול מיט שמחה. דווקא אין אזא צייט דארף ער א זכרון, אז די שמחה זאל אים נישט אוועקפירן פונעם בורא, נאר אים צוריקברענגען צו יראת ה' און צו זיין רצון וואס ער איז מחויב אויסצופירן זייענדיג א נברא.
דערפאר האט די תורה אריינגעשטעלט די ד' מינים אינמיטן דעם שמחה. דער מענטש האלט אין די הענט זאכן וואס זענען אליין משמח, און זיי דערמאנען אים - אינמיטן זיין גוטס און הנאה - צו וועמען די שמחה דארף זיין געוואנדן.
דערנאך קומט נאך א נקודה אין די ד' מינים: אויך די אברים פונעם מענטש - זיין הארץ און שכל, זיין גוף, זיינע אויגן און זיין מויל - דארפן בלייבן געוואנדן צו עבודת הבורא און יראת ה' דווקא בעת השמחה.
און דא קומט אריין די מצוה פון שמחת יום טוב אליין, און מאכט דעם בילד פיל קלארער.
די תורה הייסט דעם מענטש זיך פרייען: ושמחת בחגך... לא והיית אך שמח... לב
די תורה האט נישט בלויז געגעבן דעם מענטש א זכרון וויאזוי זיך צו פירן ווען ער איז פרייליך. זי האט אים אליין באפוילן צו זיין בשמחה יום טוב.
דאס איז א וויכטיגע השלמה.
דער מענטש דארף נאטורליך שמחה לג. דער רבונו של עולם האט אים אזוי באשאפן, און די תורה וויל נישט אויסמעקן דעם צורך. זי גיבט אים זמנים אין וועלכע ער זאל זיך טאקע פרייען, און געבן דעם גוף און הארץ די שמחה וואס זיי דארפן.
אבער די שמחה ווערט נישט אפגעטיילט פון זיין לעבן אלס נברא.
די ימים טובים דערמאנען דעם מענטש די ניסים און טובות וואס דער רבונו של עולם האט אים געטון, און אין די זעלבע זמנים הייסט אים די תורה זיך פרייען.
אזוי קומען די צוויי זאכן אינאיינעם: ער געדענקט וואס ער האט באקומען - און ער פריידט זיך מיט וואס ער האט באקומען.
און אזוי ווערט די שמחה אליין א חלק פון זיין לעבן מיטן בורא.
וחוזר חלילה, עס ווערט א ראד וואס ענדיגט זיך נישט, ער פריידט זיך דורך די טובה, און איז דאנקבאר פאר באשעפער וואס האט אים געגעבן די טובה, און ווערט נאך מער בטל צו אים און צו זיין רצון.
אויך די נאטורליכע שמחה קען ווערן עבודת ה'
דאס גיט א טיפערן בליק אויפן גאנצן יסוד פון בורא-נברא.
ביטול מיינט נישט אז דער נברא טאר נישט האבן קיין אייגענע געפילן, הנאה אדער שמחה. דער בורא אליין האט אים באשאפן מיט דעם צורך, און דער בורא אליין האט אים געהייסן זיך פרייען.
דער לימוד איז, אז אויך דער נאטורליכער מענטש זאל וויסן וואו ער שטייט.
איך האב גוטס - אבער איך האב עס באקומען.
איך פריי זיך - אבער די שמחה מאכט מיר נישט פארן בעל־הבית.
פונקט די טובה מיט וועלכער איך פריי זיך, קען מיר דערמאנען אז איך בין דער מקבל, און אז עס איז דא א בורא וואס האט מיר דאס געגעבן.
און ער האט דאס געגעבן פאר א סיבה, כדי איך זאל אים דינען מתוך שמחה והרחבה. און נישט כדי זיך קובע זיין אין תענוגים גשמיים שלא לשם שמיםלד.
דא פארבינדן זיך מצות שמחה און די ד' מינים זייער נאטורליך.
מצות שמחה זאגט: פריי זיך.
די ד' מינים דערמאנען: אינמיטן דיין שמחה, פארגעס נישט דעם בורא, זיין רצון, און אהבתו ויראתולה.
און ביידע אינאיינעם לערנען דעם מענטש וויאזוי א נברא פריידט זיך.
דער זעלבער יסוד גייט אריין אין חינוך פון א קינד
און דא ווערט די נקודה גאר שטארק פאר חינוך.
די מצוה פון שמחת יום טוב נעמט אריין נישט בלויז דעם מענטש אליין, נאר אויך זיין משפחה און זיינע קינדער.
דער קינד דארף נישט בלויז הערן אז יום טוב איז א זמן שמחה. מען דארף אים בפועל משמח זיין - מיט דאס וואס איז פאר אים א שמחה.
עס איז נכלל אין דעם פסוק פון 'ושמחת' א באזונדערע חיוב צו דערפרייען די משפחה און די קינדער אויף זייער וועג לויט זייער פארשטאנדלי.
דאס מיינט, אז די תורה נעמט דעם נאטורליכן וועג וויאזוי א קינד שפירט שמחה, און לייגט עס אריין אינעם יום טוב.
א קינד האט הנאה. ער פריידט זיך, קען ער אינעם זעלבן יום טוב מחונך ווערן דורך די פעולות, צו געדענקען ווער עס גיבט אים דאס גוטס, און פאר וועמען א איד לעבט.
דא קען זיך בויען א גאר געזונטער יסוד אין זיין גאנצן בליק אויפן לעבן בכלל, און אויף עבודת ה' בפרט:
דער רבונו של עולם איז נישט בלויז דער בורא וועמענס רצון איך דארף מקיים זיין ווען עס איז מיר שווער.
ער איז אויך דער בורא פון וועמען איך באקום מיין גוטס.
איך דארף זיך לאזן פירן לויט זיין רצון - און איך קען זיך אויך פרייען מיט וואס ער גיבט מיר.
חינוך צו ביטול - אויך ווען עס גייט גוט
דאס פארענדיגט א וויכטיגן חלק אינעם חינוך פון ביטול.
ביז אהער האבן מיר אסאך גערעדט פון די מינוטן ווען דער אייגענער רצון טרעפט זיך מיט א גרעניץ: א קינד וויל עפעס און קען עס נישט האבן; ער דארף טון עפעס וואס איז אים שווער; עפעס גייט נישט ווי ער האט געוואלט.
דארט לערנט ער: איך בין א נברא; מיין רצון איז נישט דער לעצטער ווארט.
אבער דער יסוד דארף נישט ווערן פארבונדן בלויז מיט 'ניין'.
סוכותלי לערנט דעם קינד דעם זעלבן יסוד דווקא אינמיטן א ייא'.
ווען ער האט. ווען ער באקומט. ווען ער האט הנאה. ווען ער איז פרייליך.
אויך דעמאלט קען ער וויסן: איך בין א נברא. איך האב באקומען.
און דער בורא וואס האט מיר געגעבן דעם גוטס וויל אז איך זאל זיך דערמיט פרייען - און אינמיטן דער שמחה געדענקען אים און זיין רצון.
איך האב - אדער איך האב באקומען
דא קען מען דעם גאנצן יסוד מאכן זייער פשוט פארן קינד.
ווען א מענטש זעט דאס גוטס וואס ער האט, קען ער קוקן דערויף אויף צוויי וועגן.
ער קען זאגן: איך האב.
אדער ער קען דערהערן: איך האב באקומען.
איך האב א משפחה - איך האב באקומען א טובה.
איך האב א שטוב - איך האב באקומען א טובה.
איך האב כוחות - איך האב באקומען א טובה.
איך האב הצלחה - איך האב באקומען א טובה.
דער צווייטער בליק נעמט גארנישט אוועק פון דעם שמחהלח. ער גיבט איר נאר איר ריכטיגן פלאץ, און פארמערט די שמחה.
איך קען זיך באמת פרייען מיט וואס איך האב, אבער אינמיטן דער שמחה ווייס איך: איך האב זיך דאס נישט אליין געגעבן. איך בין דער מקבל, און דער רבונו של עולם איז דער נותן.
די טובהלט פונעם בורא ברענגט דעם נברא צוריק צום בורא".
דא ווערט דער גאנצער מהלך פארענדיגט
דער בורא האט מיר געגעבן מיין עצם מציאות.
ער האט מיר געגעבן א מקום אין זיין וועלט.
ער האט מיר געגעבן מיין גוף און מיינע כוחות.
און ער גיבט מיר טובות מיט וועלכע איך קען זיך פרייען.
די טובות, ווען מען קוקט דערויף ריכטיג, נישט נאר נעמט עס נישט אוועק דעם מענטש פונעם בורא, פארקערט, דורך זיין ריכטיגע בליק ברענגען זיי דווקא אים נענטער צום בורא.
ער זעט וואס ער האט באקומען, ער פריידט זיך דערמיט, און די שמחה אליין דערמאנט אים ווער עס האט אים דאס געגעבן.
אזוי ווערט דער זעלבער יסוד געבויעט פון צוויי זייטן:
ווען עפעס גייט נישט ווי איך וויל, דערמאן איך זיך: איך בין נישט דער בעל־הבית.
ווען עס גייט יא גוט און איך האב מיט וואס זיך צו פרייען, דערמאן איך זיך: איך בין דער מקבל.
ביידע ברענגען צום זעלבן חשבון:
איך בין א נברא, און דער רבונו של עולם איז דער בורא.
איך לעב לויט זיין רצון - און פון אים באקום איך מיין גוטס.
סך הכל: דער חינוך פון שמחה אום יום טוב לערנט דעם קינד, וויאזוי צו זיין א נברא, נישט בלויז ווען ער דארף זיך מבטל זיין ווען עפעס גייט נישט גוט, נאר אויך וויאזוי צו בלייבן א נברא ווען ער האט גוטס און פריידט זיך, צו געדענקען ווייטער זיין פלאץ.