פרק ח באופן כללי וויאזוי בויט מען דעם יסוד אין א קינד?
- Shemini Atzeres
- 5787
- Yiddish
דער מחנך האט באקומען א געוואלדיגן תפקיד כלפיו - אבער נישט בעלות אויף זיין גאנצער עתיד.
דאס לאזט דעם מחנך ארבעטן מיט גאנצן כח - וויסענדיג אז זיין תפקיד איז זיין ארבעט - און גלייכצייטיג וויסן וואו זיין עבודה ענדיגט זיך, און וואו ער דארף זיך פארלאזן אויפ'ן בורא.
וואס יא, דא קומט אריין דער יסוד פון תפלה, וואס דאס איז א חלק פון די כלים וואס דער בורא האט געגעבן פארן נברא, אויפצובויען שטערקער און טיפער זיין קשר מיט אים ביי יעדע פרט אין לעבן. (וואס פאדערט א שמועס פאר זיך שאכמ"ל).
פרק ח
באופן כללי וויאזוי בויט מען דעם יסוד אין א קינד?
וויבאלד דעם אויבנדערמאנטן ענין איז טאקע אזא יסודות'דיגער בליק, איז נישט גענוג צו געבן דערויף איין שיעורנא.
היות, א קינד'ס וועלט ווערט געבויעט פון הונדערטער קליינע איבערלעבונגען, ווערטער און רעאקציעס. דעריבער דארף אויך דער יסוד פון בורא-נברא נישט זיין בלויז א נושא; ער דארף ווערן דער אונטערגרונט פון אסאך זאכן וואס דער קינד לערנט ממילא.
נא. רמב"ם פירוש המשניות - אבות פרק ג משנה טו: ואחר כך אמר שהמעלות לא יגיעו לאדם לפי רוב גודל המעשה, אבל לפי רוב מספר המעשים, והוא שהמעלות אמנם יגיעו בכפול המעשים הטובים פעמים רבות ועם זה יגיע קנין חזק לא כשיעשה אדם פעל אחד גדול מפעולות הטובות כי בזה לבדו לא יגיע לו קנין חזק, והמשל בו כשיתן האדם למי שראוי אלף זהובים בבת אחת לאיש אחד ולאיש אחד לא יתן כלום לא יעלה בידו מדת הנדיבות בזה המעשה האחד הגדול כמו שמגיע למי שהתנדב אלף זהובים באלף פעמים ונתן כל זהוב מהם על צד הנדיבות, מפני שזה כפל מעשה הנדיבות אלף פעמים והגיע לו קנין חזק, וזה פעם אחת לבד התעוררה נפשו התעוררות גדולה לפעל טוב ואח"כ פסקה ממנו. וכן בתורה אין שכר מי שפדה אסור במאה דינרים או עשה צדקה לעני במאה דינרים שהוא די מחסורו כמו שפדה עשרה איסורים או השלים חסרון עשרה עניים כל אחד בעשרה דינרים ואל זה ההקש, וזה ענין אמרו לפי רוב המעשה אבל לא לפי גודל המעשה.
נישט איין גרויסע דרשה - הונדערט קליינע דערהערן
ביי בריאת העולם הערט דער קינד: די וועלט האט א בורא.
ביי א ברכה: דאס וואס איך האב איז נישט זעלבסטפארשטענדליך; איך האב עס באקומען.
ביי תפילה: ווען איך דארף עפעס, ווייס איך צו וועמען זיך צו ווענדן.
ביי א מצוה: מיין רצון איז נישט דער איינציגסטער חשבון; איך האב א תפקיד.
אזוי ווערט פון אסאך באזונדערע לימודים איין געבויטער עולם.
דער מלמד דארף נישט אייביג נוצן גרויסע ווערטער
דער יסוד קען ווערן איבערגעגעבן אין זייער פשוטע זאצן.
א קינד איז אנטוישט ווייל עפעס איז נישט געלונגען:
לאמיר זען וואס דו קענסט יעצט טון.
א קינד האט זייער מצליח געווען:
קוק וואספארא כח דער רבונו של עולם האט דיר געגעבן; וואס קענסטו טון מיט דעם כח?
א קינד וויל עפעס זייער שטארק:
איך פארשטיי אז דו ווילסט עס. יעצט לאמיר זען וואס איז ריכטיג צו טון.
א פלאן האט זיך געטוישט:
מיר האבן געטון אונזער חלק; יעצט דארפן מיר זען וואס דער רבונו של עולם וויל פון אונז אינעם נייעם מצב.
אזעלכע זאצן קלינגען קליין. אבער ווען דער קינד הערט דעם זעלבן חשבון נאכאמאל און נאכאמאל אין פארשידענע מצבים, ווערט עס מיט די יארן זיין אייגענער וועג פון טראכטן.
דער בורא דארף זיין פארן קינד אויך דער מקור פון טובה
און דא דארף מען היטן דעם וויכטיגסטן באלאנס.
ווען דער קינד הערט אז ער איז א נברא, דארף ער נישט נאר הערן וואס דער בורא וויל פון אים. ער דארף כסדר הערן און זען וואס ער באקומט פונעם בוראנב.
דער רבונו של עולם האט מיר געגעבן מיין לעבן. מיין משפחה. מיין שכל. מיין גוף. מיין עסן. מיין תורה. מיין שבת. מיינע כוחות. די מעגליכקייט צו וואקסן און צו טון גוטס.
דעמאלט ווערט דער גאנצער יחס אנדערש.
איך בין נישט בלויז אונטערן בורא - איך לעב פון זיינע טובות.
און פון דא קענען צוזאמען וואקסן הכרת הטוב, עבודה, ביטול און בטחון.
דער קינד לערנט: איך האב באקומען, דעריבער האב איך א תפקיד. איך בין נישט בעל הבית, דעריבער דארף איך זיך לאזן פירן. און איך ליג אין די הענט פונעם בורא וואס גיבט מיר מיין גאנצע מציאות, דעריבער קען איך זיך אויך פארלאזן אויף אים.
סיום
פון תשרי צו א גאנצן לעבן
סך הכל:
ביטול צום רצון ה' ווערט נישט נאר געמאסטן ווען דער מענטש דארף זיך בייגן..
דער אמת'ער ביטול קומט ארויס אויך ווען עס גייט אים גוט ווען ער האט הצלחה, שפע און שמחה, און ער געדענקט אינמיטן דער שמחה: פון וועמען קומט דאס אלעס?
נב. דברים וכד - כה: ויצונו ה' לעשות את כל החקים האלה ליראה את ה' אלקינו לטוב לנו כל הימים לחיתנו כהיום הזה: וצדקה תהיה לנו כי נשמר לעשות את כל המצוה הזאת לפני ה' אלהינו כאשר צונו.
דאס איז די שלימות וואס תשרי בויעט אויף. ראש השנה און יום כיפור לערנען דעם מענטש עבודה, קבלת מלכות און הכנעה; סוכות, בזמן שמחתנו, נעמט דעם זעלבן ביטול אריין אין זיין גוטס און אין זיין שמחה. ער פרייט זיך מיטן אסיף, ער נעמט די ד' מינים - כלי שמחה וואס זענען מרמז אויף די אברי האדם - און ער איז מקיים די מצוה פון שמחת יום טוב. אלעס זאגט איין זאך איך בין א נברא פאר'ן בורא - סיי ווען איך בייג זיך פאר זיין רצון, און סיי ווען איך פריי זיך מיט דאס גוטס וואס ער האט מיר געגעבן.
און יעצט קען דער קינד צוריקגיין אין זיין פשוטן לעבן מיט איין יסוד וואס פארבינדט אסאך פון די עיקרי הדת:
איך בין א נברא. דער רבונו של עולם איז דער בורא.
ער האט מיר באשאפן, ער גיבט מיר מיין מציאות און מיינע כוחות, און איך בין דא פאר א תפקיד. דערפאר דארף איך נוצן וואס איך האב, טון וואס ליגט אויף מיר, און זיך לאזן פירן לויט זיין רצון.
און ווייל דער בורא איז אויך דער וואס גיבט מיר און איז מטיב מיט מיר, דארף דער יחס נישט ברענגען בלויז קבלת עול. פון דער זעלבער הכרה קענען וואקסן הכרת הטוב, רואיגקייט און בטחון און אמת'ע שלוות הנפש און שמחת החיים.
אז דאס ווערט איינגעפלאנצט אין א קינד נישט בלויז אלס א ידיעה, נאר אלס דער נאטורליכער וועג וויאזוי ער קוקט אויף זיך און אויף דער וועלט - האט מען אים געגעבן א יסוד וואס קען אים באגלייטן פון דער סוכה ארויס א גאנצן לעבן.