פרק ב ראש השנה און יום כיפור: דער יסוד הייבט אן צו ווערן א לעבן
- Shemini Atzeres
- 5787
- Yiddish
פרק ב
ראש השנה און יום כיפור: דער יסוד הייבט אן צו ווערן א לעבן
ביז אהער האבן מיר געשטעלט דעם יסוד: דער רבונו של עולם איז דער בורא, און איך בין זיין נברא. מיין עצם מציאות, מיינע כוחות און אלעס וואס איך האב, קומען פון אים; און דערפאר האט מיין לעבן א תפקיד - צו דינען דעם בורא מיט די כוחות וואס ער האט מיר געגעבן.
אבער א יסוד קען בלייבן א שיינע ידיעה. דער עיקר חינוך איז אז דער קינד זאל עס איינזאפן און אנהייבן לעבן דערמיט.
דא קומט דער מהלך פון די ימים טובים פון תשרי. שטאפל נאך שטאפל ווערט דער יסוד פון בורא און נברא מער ממשות'דיג: ראש השנה שטעלט דעם מלך אין צענטער; יום כיפור ברענגט דעם שיעבוד אריין אינ'ם גוף און רצון; און סוכות נעמט דעם זעלבן יסוד אריין אין דעם מענטשנס שטוב, פארמעגן, שמחה און גאנצן סדר החיים.
ראש השנה - דער בורא ווערט מיין מלך
דער ערשטער טריט איז ראש השנה.
עס איז נישט גענוג אז א קינד ווייסט אז דער רבונו של עולם האט באשאפן די וועלט. די ידיעה דארף - דורך די עבודה פון ר"ה - באקומען א פערזענליכן באדייט: אויב ער איז דער בורא און איך בין זיין נברא, איז ער מיין מלך און איך בין אונטער זיין מלכותי.
דא ווערט דער יסוד פון בורא-נברא א יסוד פון עבודה.
דהיינו, א קינד האט א רצון. ער האט זאכן וואס ער האט ליב, זאכן וואס ער וויל נישט, און א גאנצן אייגענעם וועלט. דאס איז נישט קיין סתירה צו עבודת ה'. דער חינוך איז אז אינעם זעלבן קינד זאל זיך בויען נאך א חשבון - א הויפט חשבון: איך האב א רצון - אבער העכער פון מיין רצון איז דא דער רצון פונעם מלך.
ווען ער דארף טון א מצוה וואס איז אים יעצט נישט געשמאק, אדער זיך אפהאלטן פון עפעס וואס ער וויל, איז דאס נישט בלויז א כלל אז "מען טאר נישט". ער לערנט זיך א יסוד אין זיין גאנצער מציאות:
איך בין א נברא. איך לעב פארן בורא. דערפאר איז זיין רצון דער צענטער פון מיין לעבן.
יום כיפור - אויך דער גוף ווערט א חלק פון דעם חשבון
יום כיפור נעמט דעם זעלבן יסוד א טריט ווייטער.
ראש השנה קען נאך בלייבן אין מחשבה, תפילה און קבלת מלכות. יום כיפור ברענגט די עבודה אריין אין דעם מענטש אליין - אין זיין גוף, אין זיינע תאוות און אין זיינע שטארקע רצונות.
דער מענטש איז הונגעריג, און ער עסט נישט. ער איז דארשטיג, און ער טרינקט נישט. דער גוף זאגט זייער קלאר וואס ער וויל - און דער מענטש לערנט אז א שטארקער רצון איז נאך נישט דער בעל הבית.
דאס איז א געוואלדיגער יסוד פאר א קינד.
א קינד לערנט זיך אויס אז הגם דער גוף איז אויך א מתנה פונעם בורא און מען דארף אים היטן. אבער עס איז דא א סדר: איך האב א גוף; איך בין נישט געפירט דורכן גוף.
איך קען זיין מיד און נאך אלץ רעדן שיין. איך קען זיין אויפגערעגט און נישט טון אלעס וואס דער כעס הייסט מיר. איך קען עפעס זייער שטארק וועלן און דאך פרעגן וואס איז ריכטיג.
אזוי גייט די הכרה פון בורא-נברא אריין א טריט טיפער. נישט בלויז דער רבונו של עולם איז דער מלך, נאר: אויך איך, מיט מיין גוף און מיט מיינע רצונות, בין מחויוב אין זיין עבודהכא. דער מציאות פונעם טאג יום כיפור, מ'עסט נישט, מ'פייניגט דעם גוף, און מען געבט זיך אינגאנצן אוועק פארן רצון ה', העלפט אריינברענגען אט די ידיעה, אז די גוף זאל שפירן אונטערטעניגט אונטערן אמת'ן בעל הבית און מלך, און אזוי אנקומען צו א טיפע נאנטקייט פון זיך שפירן אלץ דער נברא וואס דאס ברענגט דעם מענטש צו א נאנטע דביקות מיטן באשעפער כב.
און יעצט קען מען אריינגיין אין סוכה
דא קומט סוכות און עפנט א נייעם שטח.
ראש השנה האט געשטעלט דעם מלך אין צענטער. יום כיפור האט געלערנט דעם מענטש אז אויך זיין גוף און רצון זענען נישט דער לעצטער בעל הבית.
אבער דער מענטש לעבט נישט בלויז אין זיין גוף. ער בויעט זיך א גאנצע וועלט ארום זיך: א שטוב, פארמעגן, זיכערקייט, הצלחה און קביעות.
און פונקט אהין נעמט אים יעצט די סוכה.
כא. זוהר הקדוש רעיא מהימנא: פקודא דא להתענות ביום הכיפורים, לאכנעא גופא ונפשא. כב. ספר החינוך מצוה שי"ג: ולכן נצטוינו להתענות בו, לפי שהמאכל והמשתה ויתר הנאות חוש המשוש יעוררו החומר להמשך אחר התאוה והחטא... ואין ראוי לעבד ביום בואו לדין לפני אדוניו לבא בנפש חשוכה ומעורבבת מתוך המאכל והמשתה... ע"כ טוב לו להגביר נפשו החכמה ולהכניע החומר לפניה באותו היום הנכבד...