Skip to content
אונזער קוואל

סוכות כנגד אברהם אבינו

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אינעם זוהר הקדוש (חדש פרשת כי תשא) שטייט אז סוכות איז כנגד אברהם אבינו. מען קען דאס מרמז זיין אין די מאסן (מעזשערמענט) פון א סוכה (לויט די מינימאלע שיעור): א סוכה דארף האבן צוויי ווענט וואס זענען זיבן טפחים לאנג און צען טפחים הויך, קומט אויס אז יעדע וואנט באטרעפט זיבעציג טפחים (7 מאל 10), און ביידע ווענט אינאיינעם זענען הונדערט-פערציג. די דריטע וואנט דארף זיין א טפח ברייט אויף צען טפחים הויך, וואס דאס באטרעפט נאך צען טפחים. דער דאך - סכך וואס איז זיבן ברייט אויף זיבן לאנג באטרעפט ניין-און-פערציג, און די ערד איז אויך זיבן אויף זיבן, וואס איז נאך ניין-און-פערציג. ווען מען רעכנט דאס אלעס צוזאמען, קומט עס אויס גענוי צוויי הונדערט אכט-און-פערציג (248) – וואס דאס איז די זעלבע גימטריא ווי דער נאמען "אברהם" (248).

(רבינו זצוק"ל)

More in this printout

View the whole printout