Skip to content
אונזער קוואל

אונזערע הייליגע מנהגים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

פונעם רבין זכרונו לברכה

פון ספר אדיר במרום

עניני שבת קודש

  1. דער רבי פלעגט גיין אנגעטון מיט ווייסע בגדים אויף שבת קודש.

  2. ער פלעגט שטארק מקפיד זיין אז די טישן אין שטוב זאלן זיין אינגאנצן איבערגעדעקט מיט א ווייסע טישטעך.

  3. דער רבי האט זיך געפירט מיט א גרויסע זהירות און דייקנות צו מקיים זיין "תוספת שבת", סיי ביים זמן פון שבת אריינקומען און סיי ביים ארויסגאנג פון שבת.

  4. דער רבי פלעגט בכלל נישט רעדן קיין דברי חול אום שבת קודש, נאר אויב עס איז געווען ממש נויטיג, און אפילו דעמאלטס האט ער נאר גערעדט בלשון הקודש. אבער דברי תורה און סיפורי צדיקים פלעגט ער יא פארציילן אויף אידיש. אזוי ווערט טאקע געברענגט פונעם הייליגן שיח אליעזר מיאמפאלי זצ"ל, אז ער איז אמאל געווארן זייער קראנק און ער האט זיך פארגענומען נישט צו רעדן אויף שבת קודש נאר לשון הקודש, און אין דעם זכות איז ער געהיילט געווארן.

  5. אינמיטן די וואך פלעגט דער רבי אמאל מאכן צייכענעס מיט די האנט אדער מיט די פינגער אויפ'ן טיש ווען ער האט עפעס אויסגערעכנט (למשל א גימטריא אין דאס גלייכן), אבער שבת קודש האט ער דאס קיינמאל נישט געטון.

  6. דער רבי פלעגט שטארק אכטונג געבן נישט צוקומען צו כעס אום שבת קודש, אפילו ווען עס איז געווען פאר מוסר רייד צוליב א מצוה.

  7. דער רבי האט דערציילט, אז איין מאל איז ער געווארן אין כעס אויף שבת קודש צוליב א ענין פון א מצוה, און מ'האט אים געזאגט אין א חלום, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (חלק ב', פט:), אז דאס וואס די תורה זאגט "לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת" - אז מען טאר נישט אנצינדן קיין פייער אום שבת - מיינט מען דערמיט דעם ענין פון כעס וואס איז ווי פייער, אפילו ווען עס רעדט זיך וועגן א מצוה.

  8. זאגן דעם ספר תהילים אום שבת קודש איז א תיקון אויף עבירות וואס מען האט געטאן אין די פארגאנגענהייט. שטייט אין ספר שיח אליעזר (פרשת שמות) וויאזוי קען א מענטש זוכה זיין צו שטייגן העכער און נתעלה ווערן ברוחניות? דאס קען מען זען אין די סופי תיבות פון די ווערטער "שמו'ת בנ'י ישרא'ל הבאים מצרימ'ה", וואס קומט אויס די ווארט 'תהלים'. דאס לערנט אונז אז דורך זאגן תהלים קען א מענטש עולה זיין העכער. שטייט ווייטער "א'ת יעקב אייש" איז סופי תיבות 'שבת'. דאס קומט מרמז זיין אז א מענטש זאל זען צו ענדיגן דעם גאנצן ספר תהלים כאטש יעדע שבת קודש.

More in this printout

View the whole printout