איין יאר פאר סוכות איז געווען גאר שווער צו באקומען שיינע אתרוגים, וויבאלד יענע יאר איז געווען א שטארקע מאנגל און מ'האט כמעט נישט געקענט געפינען קיין מהודר'דיגע אתרוגים. אויך דער הייליגער צדיק רבי ישכר בער פון ראדשיץ זכר צדיק לברכה האט נישט געקענט טרעפן קיין פאסיגן אתרוג לכבוד יום טוב.
אינמיטן איז אנגעקומען א ידיעה צום רבי'ן אז אין די שטאט ווארשע געפינט זיך אן אתרוג-סוחר וואס פארמאגט איין הערליכע אתרוג, א זעלטענע מציאה וואס מ'קען נישט געפינען נאך אזעלכעס. דער רבי האט זיך גלייך צוגעאיילט און ארויסגעשיקט זיין גבאי קיין ווארשע אפצוקויפן דעם אתרוג, און אים אנגעזאגט ער זאל באצאלן פארן סוחר וויפיל געלט ער וועט נאר פארלאנגען.
ווען דער גבאי איז אנגעקומען קיין ווארשע, האט ער זיך נאכגעפרעגט וואו מ'קען געפינען דעם סוחר, און באקומענדיג די אדרעס איז ער גלייך געגאנגען אהין און געבעטן דעם סוחר ער זאל אים ווייזן דעם שיינעם אתרוג, ערקלערנדיג אז ער וויל דאס קויפן פארן ראדשיצער רבי'ן.
בשעת דער גבאי איז דארט געשטאנען, איז פונקט אנגעקומען נאך א שליח פון א צווייטן צדיק, וואס איז אויך געקומען מיטן זעלבן ציל אפצוקויפן דעם הערליכן אתרוג פאר זיין רבי'ן.
דער סוחר איז יעצט געשטאנען פאר א שווערע שאלה און האט נישט געוויסט פאר וועמען ער זאל ענדערש פארקויפן דעם אתרוג. נאכן זיך גוט איבערטראכטן, האט ער זיך אנגערופן: "ביידע רבי'ס זענען טאקע גאר גרויסע צדיקים, אבער איך האלט אז דער אנדערער רבי איז א גרעסערער תלמיד חכם און קען מער תורה ווי דעם ראדשיצער רבי'ן, דעריבער וויל איך פארקויפן דעם אתרוג פאר אים."
למעשה האט דער סוחר פארקויפט דעם אתרוג פארן שליח פונעם אנדערן רבי'ן, און ער האט זיך בכלל נישט צוגעהערט צו די טענות פונעם ראדשיצער רבי'נס גבאי, וואס האט געטענהט אז היות ער איז אנגעקומען דאס ערשטע צו קויפן דעם אתרוג, דארף ער עס פארקויפן פארן ראדשיצער רבי'ן.
דער גבאי פונעם ראדשיצער רבי'ן איז אהיימגעקומען זייער צובראכן פון די גאנצע מעשה און ער האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן פונקטליך וואס ס'האט פאסירט. פארן ראדשיצער רבי'ן האט דאס גורם געווען א שטארקע חלישת הדעת, עס האט אים זייער וויי געטוהן די אויפפירונג און די דיבורים פונעם סוחר.
א פאר טעג שפעטער האט פאסירט א שרעקליכע זאך: אויפן שטערן פון דעם אתרוג-סוחר'ס טאכטער האט אנגעהויבן ארויסצואוואקסן א גרויסע געוויקס וואס האט אויסגעזען פונקט ווי אן אתרוג, וואס האט אנגעמאכט גרויסע בזיונות פארן מיידל און פאר די גאנצע משפחה.
די משפחה איז ארומגעפארן מיט איר קיין ווארשע צו כמעט אלע גרויסע דאקטוירים איבער גאנץ פוילן, אבער קיינער האט איר נישט געקענט היילן. זיי האבן פרובירט צו געבן פארשידענע מעדיצינען, אבער גארנישט האט נישט געהאלפן.
די דאקטוירים האבן געזאגט אז ס'איז א מורא'דיגע סכנה דאס אפצושניידן, ווייל עס זעט אויס ווי עס וואקסט ארויס דירעקט פונעם מוח, און אויב מען וועט דאס פרובירן אראפצונעמען, קען זי חס ושלום אויסגיין.
דאס מיידל האט זיך געפערליך געשעמט, ווייל ווען אירע חבר'טעס האבן געזען דעם 'אתרוג-ווארצל' האבן זיי זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן. זי איז שיעור נישט ארויס פון די כלים פאר גרויס בושה, זי האט זיך פשוט נישט געקענט באווייזן צווישן מענטשן, איז זי געבליבן איינגעשפארט אין שטוב א גאנצן טאג אליין און ביטערליך געוויינט.
איר טאטע, דער אתרוג-סוחר, האט געזען אז ער האט נישט קיין שום עצה, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "אפשר קומט מיר דער דאזיגער שווערער עונש ווייל איך האב געטשעפעט דעם הייליגן ראדשיצער רבי'ן און אים פארשעמט. איך האלט אז ס'איז נישטא קיין אנדערע עצה פאר אונזער טאכטער, נאר איך מוז פארן צום ראדשיצער רבי'ן זיך אויסוויינען ער זאל מיר מוחל זיין."
ווען די משפחה האט דאס געהערט, האבן אלע גלייך געזאגט: "אוודאי מוז מען פארן צום צדיק! דאס מיידל זאל אויך מיטפארן, ווייל אויב מיר וועלן נישט פארן, קענען מיר נאך אלע חלילה פארלוירן ווערן."
דער סוחר האט זיך גלייך אויפגעהויבן און מיטגענומען זיין טאכטער צום ראדשיצער רבי'ן. ווען ער איז דארט אנגעקומען, האט ער געדארפט ווארטן א שטיק צייט ביז ער האט געקענט אריינגיין צום רבי'ן.
ווען ער איז ענדליך אריין, האט ער זיך געשעמט צו צוגיין צום טיש וואו דער רבי איז געזעסן, וויסנדיג גוט וואספארא עבירה ער האט אפגעטון.
ווען דער רבי האט געזען ווי ער שעמט זיך, האט ער אים צוגערופן. ער איז צוגעגאנגען מיט א ציטער און מיט א גרויס געוויין.
ער האט אנגעהויבן בעטן דעם רבי'ן מיט תחנונים ער זאל אים מוחל זיין אויף דעם וואס ער האט נישט גערעדט מיט'ן געהעריגן כבוד, און האט אוועקגעמאכט דעם רבינ'ס הייליגע תורה לערנען.
האט אים דער רבי געזאגט: "מיין נישט אז איך האב א קפידא אויף דיר ווייל דו האסט פארקויפט דעם אתרוג פאר'ן אנדערן רבי'ן און נישט פאר מיר. אויף דעם קען איך נישט זיין ברוגז, ווייל מיט דיין אייגענע סחורה מעגסטו טון וואס דו ווילסט, און דער אנדערער רבי האט דאך אויך געדארפט אן אתרוג פונקט ווי איך האב געדארפט."
"נאר דאס וואס דו האסט ארויסגעזאגט דיין מיינונג אז דו 'פארשטייסט' מיט דיין שכל אז יענער רבי איז א גרעסערער תלמיד חכם און דו האסט מיר דערמיט פארשעמט, דאס האט גורם געווען אז דער כח פון די הייליגע תורה וואס איך לערן זאל זיך אננעמען פאר מיין כבוד און דיך באשטראפן. ווייל ווער ביסטו צו זאגן וועמענ'ס תורה עס איז גרעסער?"
ווען דער ראדשיצער רבי האט געענדיגן רעדן, האט ער אויסגעפירט: "פון יעצט און ווייטער זאלסטו שטארק אכטונג געבן צו היטן דיין מויל, נישט ארויסצוזאגן קיין אומפאסיגע רייד אויף קיין שום איד."
דערנאך האט דער ראדשיצער רבי ארויפגעשמירט אביסל אויל אויפ'ן 'אתרוג-ווארצל', און אין ווייניגער ווי א האלבער שעה איז עס אינגאנצן אראפגעפאלן, עס איז אפילו נישט געבליבן קיין שום סימן אויפ'ן שטערן אז דארט איז אמאל געווען א ווארצל.
די שמחה איז געווען זייער גרויס, דער איד מיט זיין טאכטער האבן זיך מחיה געווען און זענען אהיימגעפארן פרייליכערהייט מיט גרויס צופרידנהייט.
(מובא בספר זכרון צדיקים), זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.