סוכות האט זיך דערנענטערט, און אין שטוב פונעם הייליגן בעל שם טוב הקדוש האט מען זיך שוין געגרייט אויפן יום טוב. די סוכה איז געשטאנען גרייט און די בגדי יום טוב זענען שוין געווען צוגעגרייט – אבער איין וויכטיגע זאך האט געפעלט: מען האט נישט געקענט באקומען קיין כשר'ן אתרוג צו קענען מאכן דערויף א ברכה. דער הייליגער בעל שם טוב האט געווארט ביז ערב סוכות, אבער מען האט אין ערגעץ נישט געקענט טרעפן קיין אתרוג. האט דער בעל שם טוב מיטגענומען זיינע בגדי יום טוב, ער האט זיך געזעגנט, און איז אליין ארויסגעגאנגען צופיס פון שטאט. ער האט ארויסגעזאגט א הייליגן שם און איז אנגעקומען קיין גריכנלאנד, אין א געוויסן דארף. דארט האט געוואוינט א איד, א גרויסער עושר, א למדן און א ירא שמים, וועלכער האט פארמאגט א גארטן וואו עס זענען געוואקסן אתרוגים.
דער בעל שם טוב האט זיך דערוואוסט וואו דער גביר וואוינט, ער איז אריינגעגאנגען צו אים און געזאגט: "איך קום טאקע פון זייער ווייט, אבער איך בין געקומען מיט א ספעציעלע כוונה צו פראווען דעם יום טוב ביי אייך, ווייל איך ווייס אז ביי אייך געפינט זיך אן אתרוג המובחר."
האט דער גביר געזאגט פאר זיין משרת: "גיי ווייז דעם איד וואו די מקוה איז, און געב אים א שטיבל וואו ער זאל קענען איינשטיין איבער יום טוב."
דער משרת האט אזוי געטאן. דער בעל שם טוב האט זיך געטובלט, אנגעטאן די בגדי יום טוב און געדאוונט מיט א געוואלדיגן תענוג, וויסנדיג אז ער וועט קענען מאכן א ברכה אויף אן אתרוג המובחר.
נאכן דאווענען האט דער הייליגער בעל שם טוב געמאכט קידוש. ווי נאר דער בעל שם טוב האט אויסגעטרונקען דעם כוס וויין פון קידוש, האט ער זיך אנגערופן צום בעל הבית: “ביי אונז אין לאנד איז אזא פאס וויין ווערט איין רענדל". ווען מ'איז צוגעקומען צום עסן, האט דער בעל הבית געהייסן דעם משרת ער זאל ארויסנעמען א בעסערע סארט וויין און עס געבן פארן גאסט צו טרינקען. ער האט געפרעגט דעם בעל שם טוב: "וויפיל וואלט אזא וויין געווען ווערט ביי אייך?"
האט דער בעל שם טוב געענטפערט: "אויב מ'וואלט נאר געקענט באקומען אזא וויין ביי אונז, וואלט מען געצאלט דערפאר צוויי רענדליך פאר א פאס". דער בעל שם טוב האט א גאנצע צייט אויסגעדריקט זיין מבינות אויפן וויין.
בקיצור, ביים סוף פון די סעודה זאגט אים דער בעל שם טוב: "איך זע דאך אז איר זענט ב"ה א גרויסער גביר, אבער איר זאלט מיר פאלגן: פארט אריבער צו אונז אין לאנד מיט אייער ביסל וויין, וועט איר ווערן א גביר וואס מ'וועט גארנישט קענען אפשאצן אייער רייכקייט". ביי יעדע סעודה האט דער בעל שם טוב גערעדט פונעם וויין, און אים געזאגט ער זאל צוקויפן נאך פון דעם סארט וויין, ווייל דאס וועט אים ברענגען א גרויסע הצלחה.
דער יום טוב סוכות איז אדורך, און הושענא רבה נאכ'ן עסן האט זיך דער גאסט, דער בעל שם טוב, געזעגנט פונעם בעל הבית. בשעת'ן זיך געזעגענען האט דער בעל שם טוב געבעטן: “שיקט מיר איין פאס וויין, אבער עס זאל זיין פארחתמ'עט מיט אייער זיגל". ער האט אים צוליב געטון, און דער בעל שם טוב איז אהיים געגאנגען.
באלד נאך יום טוב האט דער גביר אנגעהויבן איינצוקויפן נאך וויין, ער האט געדינגען וועגענער מ'זאל פירן די סחורה, און ער האט דעם וויין ארויסגעשיקט אויפ'ן וועג. ווען עס זענען אריבער עטליכע וואכן, האט ער געהייסן איינשפאנען זיין וואגן מיט פיר אויסגעצייכנטע מצרי'שע פערד, און ער איז ארויסגעפארן זיי נאכצויאגן. ער האט זיי טאקע אנגעטראפן אינאיינעם מיט'ן וויין, און ער האט זיי געפרעגט: “נו, וואס הערט זיך עפעס?"
האבן זיי געענטפערט: "ברוך השם, אלעס קלאפט פיין. די מענטשן זענען געזונט, די פערד זענען געזונט, די וועגענער זענען גאנץ, און דער וויין איז בשלימות."
האט ער זיך געזעגנט מיט זיי און געזאגט: "איך וועל פארן פאראויס עטליכע מייל, און איך וועל ווארטן אויף אייך אין דער קומענדיגער קרעטשמע."
ווי נאר זיי זענען אוועקגעפארן א שטיקל וועג, האט אנגעהויבן צו גיסן א רעגן. אפילו די בעסטע פערד קענען נאר גיין ווען די וועגן זענען גרינג, אבער יעצט האט זיך געמאכט א בלאטע און די פערד האבן מער נישט געוואלט גיין.
מ'האט זיי פרובירט צו טרייבן סיי מיט גוטן און סיי מיט בייזן, אבער גארנישט האט נישט געהאלפן. אינצווישן האט דער רעגן געגאסן מיט א געוואלדיגן כוח, און דער וועג איז געווארן אלס שווערער און שווערער. דער טאג איז פארביי און די נאכט איז אנגעקומען.
דערווייל זענען אנגעקומען די מענטשן מיט די וועגענער פול מיט וויין, און מ'האט נישט געוואוסט וואו אהין מ'זאל זיך ווענדן צו איבערנעכטיגן.
פלוצלינג באווייזט זיך אן ארנטליכער מענטש. האבן זיי אים געפרעגט: "וואו קענען מיר דא ערגעץ איבערנעכטיגן?"
האט ער געענטפערט: “פונקט דא אויף די לינקע זייט איז דא א וועג. פארט אויף דעם וועג בערך א תחום שבת, וועט איר אנקומען צו א גרויסע, ליכטיגע און ווארעמע קרעטשמע. דארט קענט איר באקומען צו עסן און צו טרינקען, און וואס אימער איר וועט נאר דארפן."
האבן אים באדאנקט און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג. זיי זענען אנגעקומען צו דער קרעטשמע און זענען תיכף אריינגעפארן אינעווייניג. זיי האבן אויסגעשפאנט די פערד און זיי געגעבן צו עסן, און דערנאך זענען אלע אריינגעגאנגען אין שטוב. זיי האבן זיך א ביסל אנגעווארעמט און אפגעטרוקנט די קליידער, און דערנאך האבן זיי זיך אוועקגעזעצט ביים טיש און געבעטן מ'זאל זיי סערווירן עפעס צו עסן. דער גביר, וואס איז געווען א גאר איידעלער מענטש, האט אבער נישט געקענט אזוי שנעל צוטרעטן צום עסן און טרינקען, און דערווייל איז שוין געווארן צוועלף אזייגער ביינאכט.
ווי נאר דער האן האט געקרייט, האט זיך דער גביר ארומגעקוקט און באמערקט אז ער שטייט אינמיטן א ליידיג פעלד. ס'איז נישטא קיין קרעטשמע, נישטא קיין מענטשן, נישטא קיין וויין, און נישט קיין פערד מיט א וואגן גארנישט! ער איז געבליבן דארט אינגאנצן אליין. היות ער האט מורא געהאט צו גיין ווייטער, איז ער געזעסן דארט ביז אינדערפרי און מתפלל געווען צום באשעפער אז עס זאל שוין ווערן טאג. ווען עס האט ענדליך אנגעהויבן צו שיינען, האט ער זיך ארויסגעלאזט אין וועג.
ער איז ארומגעגאנגען א גאנצן טאג אן צו זען קיין שום לעבעדיגע באשעפעניש. פארנאכטס האט ווייטער אנגעהויבן גיסן א רעגן און ער איז געווארן אינגאנצן דורכגעווייקט. השי"ת האט געהאלפן און ער האט באמערקט א קליינע קרעטשמע; ער איז תיכף אריינגעגאנגען און אויסגעטון די נאסע קליידער. אין די מלבושים האט ער געהאט זיין גאנצע געלט און די חשבונות פון זיין וויין-געשעפט. ער האט אויפגעהאנגען די קליידער נעבן דעם אויוון כדי זיי זאלן זיך אויסטרוקענען, און ער אליין האט זיך געלייגט שלאפן אויפן בעט ביים אויוון.
פארטאגס האט אויסגעבראכן א שריפה, און אלעס איז אינגאנצן פארברענט געווארן. נעבעך, ער איז געבליבן ממש נאקעט. דער בעל אכסניה האט רחמנות געהאט אויף אים און אים געגעבן א צעריסן העמד מיט צעריסענע הויזן, אן אלטן מלבוש, אן אפגענוצטן קאפעלוטש און צעבראכענע שטיוול. ער האט זיך געזעגנט און איז ארויס זוכן א פלאץ.
ער איז אנגעקומען אין א שטעטל וואו עס האבן געוואוינט אידן. ער איז אריינגעגאנגען אין בית המדרש, און יעדער האט אים באגריסט מיט א "שלום עליכם". מען האט אים אנגעהויבן פרעגן פון וואו ער קומט, האט ער דערציילט אז ער קומט פון א דארף אין גריכנלאנד און אז ער איז באמת א גרויסער גביר.
די מענטשן האבן אים אנגעקוקט ווי א משוגענער, אזא סארט מעשה האט מען שוין לאנג נישט געהערט. די קינדער זענען אים נאכגעלאפן פונקט ווי נאך אן עכטן משוגענער. דער איד האט קוים באקומען עפעס צו עסן, איז ער ווייטער געגאנגען צו אן אנדערע שטאט, וואו ער האט נאכאמאל דערציילט זיין גאנצע מעשה.
ער האט געהאפט אז דא וועט מען אים שוין יא גלייבן און ארויסהעלפן, אבער למעשה האט מען אים דא אויך אנגעקוקט ווי א משוגענער. ער האט געזען אז דער מצב איז ביטער, האט ער זיך מיישב געווען און אפגעטראגן אויך פון דער שטאט.
ער האט זיך אנגעשלאסן צו א חברה ארעמעלייט און זיך צוגעקלעבט צו זיי. אזוי איז ער ארומגעפארן מיט זיי פון איין דארף צום צווייטן און פון איין שטאט צום צווייטן, ביז ער האט שוין אינגאנצן פארגעסן אז אמאל איז ער געווען א גרויסער עושר. מען זאגט דאך א ווערטל אז ס'איז נאר שווער ביז מען געוואוינט זיך צו... און ביי דעם איד איז טאקע אזוי געווען. פונדעסטוועגן, יעדעס מאל ער האט זיך דערמאנט פונעם עבר, האט ער זיך צווויינט מיט ביטערע טרערן.
די ארעמעלייט האבן געהערט אז אין א געוויסן דארף וואוינט אן ארענדער, א געוואלדיגער מכניס אורח און א גרויסער בעל צדקה. האבן זיי באשלאסן אהינצוגיין אויף שבת, און זיי זענען דארט אנגעקומען דאנערשטאג ביינאכט.
פרייטאג אינדערפרי האבן די ארעמעלייט געפרעגט דעם בעל הבית: “איז אפשר דא א שטאט דא אין די געגנט וואו מיר קענען גיין פראווען שבת?" האט דער בעל הבית געענטפערט: "יא, עס איז דא א שטאט נישט ווייט פון דא וואס הייסט מעזיבוז, אבער איך בעט אייך זייער איר זאלט בלייבן ביי מיר אויף שבת; איך וועל אייך אי"ה געבן א שיינע נדבה נאך שבת."
פרייטאג נאכמיטאג איז דער וואגן שוין געווען איינגעשפאנט, און דער בעל הבית איז ארויפגעזעסן דערויף גרייט צום פארן. האט דער גביר פון גריכנלאנד געפרעגט דעם בעל הבית: "וואו אהין פארט מען?" האט אים דער בעל הבית געענטפערט: "מיר האבן דא ביי אונז אין שטאט א גרויסן צדיק, דעם הייליגן בעל שם טוב, און איך פלעג פארן צו אים יעדע פיר וואכן אויף שבת."
"נעמט מיך אויך מיט צום צדיק," האט דער איד זיך געבעטן ביי אים. אבער דער בעל הבית האט אים געזאגט: "ביי מיר אינדערהיים וועסטו האבן א פיל בעסערן שבת." "איך בעט אייך פונדעסטוועגן, ביטע נעמט מיך מיט," האט ער נישט נאכגעלאזט.דער בעל הבית האט אים ענדליך צוליב געטאן און אים מיטגענומען. ווען זיי זענען אנגעקומען אין שטאט, האט מען אים אראפגעלאזט פונעם וואגן, און דער ארענדער איז גלייך געגאנגען אין מרחץ זיך טובל'ן אין מקוה לכבוד שבת.
דער הייליגער בעל שם טוב האט אריינגערופן זיין משמש און אים אנגעזאגט: “זאלסט וויסן, אז עס גייט אט-אט אנקומען אן ארעמאן וואס זעט אויס אזוי און אזוי, וועט זיין אנגעטון אויף דעם און דעם אופן, און זיין נאמען איז אזוי און אזוי. ווען ער וועט וועלן אריינקומען צו מיר, זאלסטו אים אריינפירן אין א באזונדער שטיבל. גיב אים א גוטן טרונק ברוינפן מיט פיינע מאכלים, און זע אז ער זאל האבן גוטע עסנווארג די גאנצע צייט.
דערנאך זאלסטו אים הייסן ער זאל זיך גיין לייגן שלאפן. ווי נאר ער וועט אנטשלאפן ווערן, זאלסטו אים אויסטון זיינע קליידער און אים אנטון די בגדים וואס איך גיב דיר יעצט. גרייט אים אן וואסער צום וואשן און פארשליס די טיר. פאר מנחה זאלסטו אריינגיין צו אים, אים אויפוועקן פון שלאף, און אים אריינברענגען צו מיר אין בית המדרש."
דער משמש האט טאקע אזוי געטון, און האט אויסגעפירט אלעס פונקטליך וויאזוי דער בעל שם טוב האט אים באפוילן.
פרייטאג צונאכטס נאכ'ן דאווענען, אינמיטן קידוש, האט דער איד פלוצלינג דערקענט דעם בעל שם טוב הקדוש. ער איז גלייך צוגעלאפן צו אים מיט בכיות און אנגעהויבן וויינען: “רבי, איר זענט דאך געווען ביי מיר יום טוב סוכות!"
"אין וועלכע יאר איז דאס געווען?" האט דער בעל שם טוב געפרעגט.
"עס איז שוין זייער לאנג צוריק, מיט פילע יארן צוריק," האט דער איד געענטפערט.
אבער דער רבי האט זיך נישט נאכגעגעבן און נאכאמאל געפרעגט: "פונדעסטוועגן, זאג מיר אין וועלכע יאר איז דאס געווען?"
האט דער איד געענטפערט, למשל, אז עס איז געווען אין יאר תרמ"ו. האט אים דער בעל שם טוב געזאגט: "היי יאר איז דאך תרמ"ו!" און דער גאנצער עולם ארום האט ער אויך אזוי באשטעטיגט.
דער איד האט אנגעהויבן וויינען נאך שטערקער. דעמאלט האט אים דער בעל שם טוב געזאגט: “זאלסט וויסן, אז איך האב דאס אלעס נאר געמאכט כדי דו זאלסט גלייבן אז דאס וואס דוד המלך ע"ה זאגט אין תהלים (קב, כד) עִנָּה בַדֶּרֶךְ כֹּחִי' [ער האט אפגעשוואכט מיין כח אויפן וועג] איז אמת, וויבאלד דו האסט נישט געגלייבט אז אפילו דו א גביר קען זיין אזוי שווער צו גיין אין וועג. דא האסטו דיין פאס וויין מיט דיין חתימה. אויב דו וועסט מיר שווערן אז דו גלייבסט שוין דערין, וועל איך דיר מוצאי שבת געבן א קוויטל. דו וועסט גיין אויף א קליינעם וועג, און דארט וועסטו ווייטער טרעפן די זעלבע קרעטשמע. וועסט אים ווייזן דאס קוויטל און זאגן אז ישראל בן שרה האט דיר געשיקט, וועט מען דיר צוריקגעבן דיין גאנצע פארמעגן צוזאמען מיט דיינע מענטשן."
און אזוי איז טאקע געווען. מוצאי שבת האט אים דער הייליגער בעל שם טוב איבערגעגעבן א קוויטל. ער איז געגאנגען אויף א זייטיגן וועג אינדרויסן פון שטאט, ביז ער איז אנגעקומען צו דער קרעטשמע. ער האט געוויזן דאס קוויטל פאר די מענטשן דארט און געזאגט אז רבי ישראל בן שרה האט געהייסן מען זאל אים אלעס צוריקגעבן.
פלוצלינג האט אנגעהויבן דונערן און בליצן, און די גאנצע קרעטשמע האט זיך גענומען טרייסלען מיט א שרעקליכער קראפט. ווען עס איז געקומען חצות הלילה איז די גאנצע קרעטשמע נעלם געווארן, און אלע זיינע מענטשן זענען פלוצלינג צוריק דא געווען, אינאיינעם מיט'ן וואגן און דעם בעל עגלה. אפילו די מלבושים און דאס געלט וואס ער האט געמיינט אז ס'איז שוין לאנג פארברענט געווארן, איז אלעס צוריקגעקומען אין בעסטן ארדנונג.
ער האט זיך גלייך ארויסגעלאזט קיין מעזיבוזש, וואו ער איז אנגעקומען פונקט אויף יום טוב פסח, און ער האט געפראוועט דעם יום טוב ביים הייליגן בעל שם טוב. ער האט דארט מצליח געווען צו פארקויפן זיין וויין און געמאכט שיין געלט, און ער איז געווארן א גרויסער מקורב ביים בעל שם טוב.
ער פלעגט קומען יעדן יאר צום בעל שם טוב, און פלעגט אים צומאל שיקן א מהודר'דיגן אתרוג אויף סוכות.
זכיתו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.