Skip to content
אונזער קוואל

די לעבענס געשיכטע פונעם הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די לעבענס געשיכטע פונעם הייליגן רבי'ן זכרונו לברכה

דער צדיק יסוד עולם מרן רבינו דוד יצחק אייזיק זי"ע ועכי"א פון זיין יוגענט ביז זיין הסתלקות

אין קורצען פון פריער: די הייליגע דברי ברוך לייגט אריין מורא'דיגע כוחות אין זיין זון דער רבי ז"ל אז ער זאל זיצען און הארעווען אין לערנען, יעצט וועלען מיר זעהן די פירות פון זיין הייליגע חינוך ווי דער רבי ז"ל האט טאקע זוכה געווען אלס גאר קליין קינד אזוי פיל צו לערנען און נאך גרויסע מדריגות.

זיין ידיעת התורה אלס יונג קינד

דער הייליגער דברי ברוך זצ"ל האט אויפגעצויגן אלע זיינע קינדער מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, אבער ספעציעל ביי זיין עלטסטן זון, אונזער רבי זכרונו לברכה, האט ער אריינגעלייגט נאך פיל גרעסערע כוחות מיט אויסערגעווענליכע שטארקייט. דער דברי ברוך זצ"ל האט זיך ממש אוועקגעגעבן מיט געוואלדיגע כוחות מחנך צו זיין זיין הייליגן זון, מיט'ן ציל ער זאל אויסוואקסן איינער פון די גדולי ישראל. ער האט פאר אים געעפנט אלע אוצרות התורה, און שוין אלס קליין קינד ביי די פינף יאר, האט ער מיט אים געלערנט דעם ספר הקדוש תניא. דער רבי, וועלכער איז געווען בבחינת "בור סוד שאינו מאבד טיפה" (-א גרוב פון סעמענט וואס פארלירט נישט קיין איין טראפ), האט נאך אין זיינע שפעטערע יארן געדענקט מיט א קלארקייט אלעס וואס זיין פאטער האט מיט אים געלערנט אין די יונגע יארן.

דער גאנצער שטרעבונג פונעם דברי ברוך זצ"ל איז געווען אויפצוציען זיין הייליגן זון אלס א גרויסער תלמיד חכם. צוליב דעם, ווען דער רבי איז אלט געווען ניין יאר, האט זיין הייליגער טאטע געדונגען פאר אים א מלמד מומחה, און זיי האבן אינאיינעם געלערנט מסכת בכורות מיט'ן מהרי"ט אלגאזי. דער יונגער עילוי האט מיט זיין געוואלדיגע התמדה זיך אויסגעצייכנט אין דעם לימוד, ביז ער האט געקענט די גאנצע מסכת בכורות מיט'ן מהרי"ט אלגאזי אויסנווייניג.

אזוי אויך האט ער געלערנט מיט אים מסכת נדרים. דער רבי, מיט זיין טיפן קאפ און מורא'דיגער התמדה, האט אזוי גוט דורכגעארבעט די מסכתא, אז שוין דעמאלט האט ער געקענט זאגן א פלפול אויף יעדן "כלומר" אין ר"ן אויף מסכת נדרים.

דער רבי איז אויך געווען א געוואלדיגער בקי אין תנ"ך מיט אלע מפרשים. ער האט אמאל געזאגט, אז אויב ער וואלט אלס יונגערמאן געוויסט אז ער קען נישט גאנץ תנ"ך אויף אויסנווייניג, וואלט ער זיך געשעמט ארויסצוגיין אין די גאס.

דער רבי זצ"ל האט פארציילט, אז ווען ער איז נאך געווען א קינד פון דריי-פיר יאר אלט, האט אים זיין פאטער אויסגעלערנט אז פאר יעדן דאווענען, לערנען אדער טון א מצוה, זאל ער זאגן: "איך גיי יעצט דאווענען צום באשעפער," אדער "איך גיי יעצט לערנען פארן אייבערשטן." דער רבי האט אויסגעפירט: "ביזן היינטיגן טאג, פאר אלעס וואס איך טוה, זאג איך 'איך גיי לערנען לשם שמים', און דאס איז דער וועג וויאזוי מען קען זוכה זיין צו די מדריגה פון תורה ותפילה לשמה." (אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין "צעטיל קטן" פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, אות ד').

אפגעשיידט פון תאוות עולם הזה

דער רבי האט אמאל פארציילט, אז ווען ער איז נאך געווען א אינגל, איין טאג ווען ער איז געגאנגען לערנען, האט אים זיין מאמע די רעבעצין מיטגעגעבן א שטיקל ברויט ער זאל האבן וואס צו עסן ווען ער מאכט אן הפסקה פונעם לערנען. זי האט אים אויך מיטגעגעבן אביסל געלט צו קויפן א שטיקל הערינג צו עסן אינאיינעם מיטן ברויט. ווען ער איז אריין אין געשעפט און באצאלט פארן הערינג, האט דער געשעפטסמאן, צוליב זיין גרויס ליבשאפט צום רבינ'ס א קינד, אים צוגעלייגט אן עק פון א הערינג בחינם.

דאס אינגעלע האט אנגעהויבן מאכן א חשבון הנפש ביי זיך אין מח, טראכטנדיג אז ס'איז נישט פאסיג צו עסן דעם עק צוליב עטליכע טעמים: קודם כל, שטייט דאך "שונא מתנות יחיה" (-ווער עס האט פיינט מתנות וועט לעבן), און חוץ מזה דארף מען זיין פארזיכטיג נישט צו עסן קיין עקן. נאך מער, איין שטיקל איז אים געווען אינגאנצן גענוג, און ער האט נישט געהאט קיין שום תאווה צו עסן "איבעריגע" זאכן. וועגן דעם האט ער מחליט געווען אוועקציווארפן דעם עק און עס נישט עסן.

אבער היות ער איז געווען אזוי שטארק פארטיפט אין זיינע הייליגע מחשבות, האט ער בטעות אוועקגעווארפן דאס שטיקל הערינג אליינס, און דער עק איז אים געבליבן אין די האנט. אזוי ווי ער האט אבער שוין פריער אפגעמאכט אז ער עסט נישט דעם עק, האט ער יענעם טאג מקיים געווען דעם "פת במלח תאכל" און ער האט אפילו דאס שטיקל הערינג אליינס נישט געגעסן.

דער רבי האט אויך אמאל פארציילט, אז זיין גאנץ לעבן איז געלט ביי אים געווען עקלדיג און מאוס, ווייל ער האט אמאל געהערט זיין הייליגן פאטער זאגן: "געלט! פע!" דער רושם פון די דאזיגע ווערטער איז אזוי שטארק אריין אין אים, אז געלט איז ביי אים שטענדיג געבליבן עקלדיג און ער איז געווען אינגאנצן אפגעשיידט דערפון.

More in this printout

View the whole printout