Skip to content
אונזער קוואל

הושענא בהמה ממשכלת

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

העלף די בהמה זאל נישט מאכן קיין טעות. מען קען דאס מסביר זיין מיט א שיינעם פשט, אז דאס מיינט מען זאל העלפן די אידן וואס זענען ליידער אראפגעפאלן אויף א נידריגע מדרגה ווי א בהמה, אז זיי זאלן קענען תשובה טון. דער טעם דערפון איז, ווייל די דאזיגע הושענא זאגט מען דעם זעקסטן טאג, וואס דאס איז מרמז אויף יוסף הצדיק. ביי יוסף שטייט דאך דער פסוק "יוסף ה' לי בן אחר", ווייל יוסף הצדיק בעט כסדר ביים אויבערשטן: "קער צוריק נאך און נאך אידן צו דיר".

(רבינו שליט"א - מחזה חג האסיף)

More in this printout

View the whole printout