Skip to content
אונזער קוואל

אן אתרוג האב איך נישט אבער בכעס וועל איך נישט ווערן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

רבינו זצ"ל פלעגט דערציילען: דער הייליגער זיידע דער זלאטשובער מגיד, הרה"ק ר' מיכעלע זכר צדיק לברכה, איז געווען זייער ארעם. איין מאל איז א גביר געקומען צו אים אין שטאט פאר ביזנעס, און ער איז געוואויר געווארן פונעם סופר וואס פלעגט שרייבן תפילין, אז די תפילין פונעם רבי'ן זענען ווערט אן אסטראנאמישע סומע געלט.

האט דער עושר געבעטן פונעם סופר אז ער זאל גיין פרעגן דעם רבי'ן צי ער איז גרייט אים צו פארקויפן זיינע תפילין, זאגנדיג אז ער איז גרייט צו צאלן דערויף גאר אסאך געלט.

ווען דער סופר האט איבערגעגעבן די בקשה פאר'ן רבי'ן, האט דער רבי געענטפערט: 'מיינע תפילין וועל איך נישט פארקויפן פאר קיין שום געלט שבעולם!' עטליכע טעג שפעטער איז דער עושר צוריק אהיים געפארן מיט ליידיגע הענט.

יענע יאר פאר סוכות זענען די אתרוגים געווען שרעקליך טייער. דער רבי האט געהאט גרויס צער דערופון, וויבאלד ער האט נישט פארמאגט גענוג געלט צו קענען קויפן אן אתרוג מקיים צו זיין די מצות ד' מינים.

ערב סוכות, ווען דער רבי האט געזען אז ער האט נאך אלץ נישט קיין מעגליכקייט צו באקומען אן אתרוג, האט ער געלאזט רופן דעם סופר און אים געבעטן ער זאל אפקויפן זיינע תפילין, ווייל ער מוז האבן געלט צו קענען קויפן אן אתרוג.

האט דער סופר געזאגט פאר'ן רבי'ן: 'דער רייכער איד וואס איז לעצטנס דא געווען האט געהאט אסאך געלט און ער האט געוואלט צאלן א הויכע פרייז פאר די תפילין, אבער איך בין דאך אן ארעמאן, איך קען נישט צאלן אזויפיל געלט עס אפצוקויפן.'

האט דער רבי אים געענטפערט: 'איך בעט דיר טאקע נאר צו צאלן פאר מיינע תפילין פונקט אזויפיל וויפיל איך וועל דארפן באצאלן פאר'ן אתרוג'.

דער סופר האט טאקע מסכים געווען, און דער רבי האט פארקויפט די תפילין פאר א ביליגן פרייז. מיט דעם געלט האט ער געקויפט א הערליכן אתרוג, און ער האט עס אהיימגעברענגט מיט א מורא'דיגע שמחה.

ווען די זלאטשובער מגיד איז אהיימגעקומען, האט די רעביצין געזען ווי דער רבי האלט דעם אתרוג און פרייט זיך דערמיט גאר שטארק, האט זי געפרעגט דעם רבי'ן: "פון וואו האסטו דאס באקומען?"

האט דער רבי אלעס דערציילט, אז ער האט היינט פארקויפט זיינע תפילין פארן סופר, און אזוי האט ער געהאט געלט צו קויפן אן אתרוג.

ווען די רעבעצן האט דאס געהערט, איז זי געווארן זייער צעבראכן און דערביטערט. האט זי אים געזאגט: 'אויב דו וואלסט עס פארקויפט פארן עושר וואלטן מיר כאטש געהאט אסאך געלט, אבער פאר אים האסטו נישט געוואלט פארקויפן די תפילין, און פונקט פארן סופר האסטו עס יא פארקויפט פאר א ביליגן פרייז!'

בשעת זי האט גערעדט, האט זי א כאפ געגעבן דעם אתרוג, און פון גרויס ווייטאג האט זי נישט געטראכט וואס זי טוט, און דער פיטום האט זיך אראפגעבראכן.

ווען זיי האבן געזען וואס דא איז געשען, זענען זיי געבליבן שטיין ווי פארוואנדלט. זיי זענען געווען זייער פארווייטאגט, ווייל יעצט זענען זיי געבליבן סיי אן אן אתרוג און סיי אן די תפילין.

גלייך דערויף האט זיך דער הייליגער רבי אנגערופן: “דער יצר הרע וויל אז 'מיכל' זאל זיך אויפרעגן און צוקומען צו כעס, אבער 'מיכל' וועט זיך נישט אויפרעגן! רעבעצין טייערע, גיב מיר מיין האנטוך, איך גיי זיך טובל׳ן לכבוד יום טוב."

יענע נאכט ביי די יום טוב'דיגע סעודה, האט די זלאטשובער מגיד באמערקט אז די רעבעצין וויינט. האט די זלאטשובער מגיד איר געפרעגט: "זאג מיר פארוואס דו וויינסט?" האט זי אים געענטפערט, אז יעדעס יאר סוכות איז זי זוכה צו זען די הייליגע אושפיזין אין די סוכה, אבער דאס יאר זעט זי נישט די הייליגע געסט. "איך ווייס אז דאס איז א שטראף וואס קומט זיך מיר ווייל דו האסט א קפידא אויף מיר, וויבאלד איך האב בטעות אראפגעבראכן דעם פיטום פון דיין אתרוג," האט די רעבעצין געזאגט מיט צער.

האט די זלאטשובער מגיד איר בארואיגט און געענטפערט: “ניין, עס איז חלילה נישט קיין קפידא מיינע, איך האב דיר שוין גלייך מוחל געווען בלב שלם. די עכטע סיבה פארוואס דו זעסט נישט די אושפיזין איז ווייל דא וואו די סוכה איז אויפגעבויט פאלט א שאטן פון א 'תיפלה', און די הייליגע אושפיזין ווילן נישט אריינקומען אונטער א שאטן פון טומאה."

און טאקע גלייך חול המועד האט מען תיקף אריבערגערוקט די סוכה צו אן אנדער פלאץ, כדי עס זאל מער נישט זיין אונטערן שאטן פון דער תיפלה, און די רעבעצין האט טאקע גלייך צוריק זוכה געווען צו זען די הייליגע אושפיזין.

מ'זעט דא די געוואלדיגע חביבות המצוות פונעם הייליגן זלאטשובער מגיד זי"ע, אז ער איז געווען גרייט אוועקצוגעבן און פארקויפן זיין טייערן פָּאר תפילין וואס איז אים געווען אזוי באליבט, און פונקט אזוי זעט מען זיין מורא'דיגע שטארקייט זיך צו באהערשן און נישט ווערן אין כעס. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.

More in this printout

View the whole printout