לכבוד סוכות
זמן שמחתינוברענגען מיר א פלאקערדיגע שמועס
פון כ"ק רבינו שליט"א,
אויף די גרויסקייט פון שמחה.
אין יאר תשע"ה איז געוועהן א נסיעה צו ארץ ישראל, אין מוצש"ק פר' ויקרא ביי מלוה מלכה אין ביהמ"ד סלאנים אין ירושלים עיה"ק האט רבינו שליט"א גערעדט צוויי נקודות וואס מ'זאל מיט נעמען פון די נסיעה, אחדות און שמחה, פאלגענד איז די שמועס כלשונו:
די אבן הפנה און די אבן שתיה פון אונזערע הייליגע קהלה קדושה, אז בלי שום עין הרע מ'איז געשטעמפלט געווארן מיט דעם יסוד און דעם אהבה רבה פון ואהבת לרעך כמוך, וואס ווי ווייט דאס קען גיין, האבן מיר נישט קיין השגה, מיר האבן נישט קיין רעכט דאס מגביל צו זיין ווי ווייט די שבת אחים גם יחד קען גיין.
בין געשטאנען אין דער זיידע זכרונו לברכה'ס צימער, ספרים שטוב, ביי די טיר, און ער זאגט מיר, "מיין טייער קינד, איך האב א סייעתא דשמיא אז איך פאל נישט אריין קיינמאל אין קיין עצבות אין מרה שחורה." געט ער א זאג הויכערהייט, "דו ווילסט דער רבונו של עולם זאל זיין מיט דיר?" זאג איך, "יא." "זיי בשמחה."
הרב הצדיק רבי נפתלי מענדלאוויטש זאל זיין געזונט און שטארק האט היינט גערעדט פון זיידע זכרונו לברכה'ס פרישקייט. באמת איז עס א דבר פלא, א נקודה פלאי, וואס איך האב עס אלעמאל געזען, איך האב עס קיינמאל נישט ארויסגעברענגט אויף דעם אופן ווי מ'האט היינט זוכה געווען צו הערן לעבעדיגע עדות. נאר איבערצוזאגן וואס איך האב שוין אסאך מאל איבערגעזאגט, איך געדענק ווי איך
איך בין אזוי דערשראקן געווארן, איך בין געווען א יונגער בחור, איך וואלט אים געדארפט פרעגן "וויאזוי?", אבער ס'זעט זיך אויס אז ער האט מיר געהייסן זיין בשמחה, איז נישטא קיין קשיא וויאזוי. מ'דארף זיין בשמחה.
א לעבעדיגע דוגמא וואס יעדער איינער היינט האט געזען, הפלא ופלא, מיר האבן געהאט די זכיה דא צו האבן הרב הצדיק רבי גמליאל רבינוביץ זאל
זיין געזונט און שטארק, א משפיע לאלפים ולרבבות, א גאון מופלג בנגלה ובנסתר. די חיות און די לעבעדיגקייט וואס דער איד האט אין זיך, ווי אזוי ער האט גערעדט, איך מיין ס'איז א פלא פון יעדער איינער. קיין גביר איז ער נישט, ווייל איך ווייס אז ער גייט נאך געלט פאר זיינע ספרים. מען רייסט אראפ די טירן, הונדערטער מענטשן א טאג צו רעדן צו אים אפאר ווערטער, מען לאזט אים נישט במנוחה קיין רגע כמימרא, וואס מען קומט זיך מייעץ זיין אין ברכות, און ער לערנט א שיעור קבוע פאר שעות רבות בנגלה מיט חברותא, און מען דריקט פון אלע זייטן, און ער קען זיין אזוי בשמחה. נו, דאס איז נישט קיין קשיא?
בחורים'לעך, עטץ זיצט אין ישיבה און עטץ לערנט, עטץ האט'ס נישט זיינע דאגות, עטץ האט'ס נישט זיינע דריקעריי וויפיל מענטשן ווילן אריינגיין רעדן צו אים. נעמט'ס א דוגמא פון זיך אליין, לייגט'ס זיך אריין אין א צימער, מיר מאכן א שורה פון פינף הונדערט מענטשן, איינער וועט אריינקומען און זאגן אז ער האט א הארץ קאנדישאן, דער צווייטער וועט זאגן לא עלינו ולא עליכם, ער האט א בחור וואס איז נישט בסדר, דער דריטער וועט זאגן אז ער קען נישט געפינען קיין זיווג פאר זיין קינד, דער נעקסטער וועט זאגן אז ער האט נישט קיין פרנסה, און דער נעקסטער וועט זאגן אז ער האט נישט קיין שלום בית, און דער נעקסטער... ווי אזוי וואלטסטו געפילט נאך א האלבע שעה? וואלסט געפלאצט.
בחורים זיצן אין א ישיבה ברוך השם, מ'האט נישט קיין דאגות פון פרנסה, און אויב מ'דארף בעטן די טאטע צוויי מאל, ווערט מען שוין ברוגז אויף אים. און ברוך השם, ס'איז דא וואס צו עסן, ס'איז דא א געלעגער וואו צו גיין שלאפן. און נישט אלעמאל האט מען א געלעגנהייט וואו צו גיין שלאפן. איך געדענק, איך בין אהיימגעקומען פון זיידן זכרונו לברכה זכותו יגן עלינו פון מלוה מלכה, מיר פלעגן גיין צוזאמען, דער טאטע פלעגט אונז נעמען צום מלוה מלכה. דער זיידע זכרונו לברכה איז געווען מורא'דיג אויפגעלעבט און פארציילט סיפורים פונעם בעל שם הקדוש מיט א מורא'דיגע שמחה. ס'איז געווען דער צימער אזוי גרויס ווי נישט ד' אמות, נאר ב' אמות על ב' אמות. און ס'איז אריינגעשטופט דארטן צוויי צו דריי מנינים אידן, איך בין געשטאנען און געזעסן אויפן בעט צוזאמען מיט א מנין אנדערע אידן, און איך בין אהיימגעקומען פון די מלוה מלכה, גיי איך צו צו מיין בעט, איך זע א בחור האט זיך געלייגט שלאפן אויפן בעט. נו, וואס טו איך? מיין בעט איז שוין פארנומען, איך האב געגאנגען זוכן אין קעמפ פאר נאך א פלאץ וואו צו שלאפן. האב איך געטראפן א בעט, נאר אן א מאטראץ, נאר מיט די אייזענעס אליין. מיד בין איך געווען, געליינט קריאת שמע, זיך אוועקגעלייגט אויף די אייזן, איך געדענק דעם געפיל עד היום הזה. יעדע ביין האב איך געפילט אינדערפרי מארגן, איך האב נישט געהאט קיין חרטה, אז איך בין געגאנגען צום זיידן זכרונו לברכה זכותו יגן עלינו.
מורי ורבותי, די עיקר גלות און חשכות וואס מיר לעבן היינט אין אונזער זמן איז ייאוש, חושך, צוקלאפקייט, דִּכָּאוֹן הַנֶּפֶשׁ, מ'קען עס רופן וואס מ'וויל. איינער איז ברוגז אויף די מאמע, איינער איז ברוגז אויפ'ן טאטן, איינער איז ברוגז אויף די עלטער זיידע, איינער איז ברוגז אויף די ראש ישיבה, איינער אויף די משגיח, איינער אויף די סדר, איינער אויף די חברותא. וואס זאל נישט זיין? ס'שטימט נישט אויף די ליניע אלעס וואס ער וויל, וויאזוי ער וויל. און מ'האט דאך א רעכט צו זיין צובראכן, צו האבן דִּכָּאוֹן הַנֶּפֶשׁ. איר קענט זיך פארשטעלן אז ר' גמליאל זאל אויפשטיין היינט ביינאכט און נעמען צום הארץ אלעס וואס ער האט געהערט אין די לעצטע וואך, וואלט מען געדארפט זאגן "לא המתים יהללו י-ה ולא כל יורדי דומה". עס זעט זיך אויס, כדי אז מ'זאל זיין לעבעדיגע מענטשן, מוז מען זיין בשמחה. איך האב געמיינט מיין הארץ איז א לב האבן, וואס דער אבן קען זיך נישט צוגיין, איך קען עס נישט מאכן פרייליך, קיין שמחה קען איך זיכער נישט האבן. איז וואס איז? "לא המתים יהללו י-ה ולא כל יורדי דומה". וואס איז א שאלה פון טומאת מת, ווייל אויב מ'איז נישט בשמחה איז עס רחמנא ליצלן.
מיין טאטע (זאל זיין געזונט) [זצ"ל] האט געזאגט א ווערטל, האט ער געזאגט, פארוואס איז דא מענטשן וואס גייען אין מקוה נאכ'ן דאווענען? ווייל ס'שטייט דאך אז מ'זאגט תיבות בלי כוונה איז כגוף בלי נשמה. כגוף בלי
נשמה, איז דאך א נפטר, ממילא דארף מען גיין אין מקוה נאכ'ן דאווענען, זיך צו מטהר זיין פון אלע תיבות וואס מ'האט נישט מכוון געווען בשעת תפילה.
מ'האט זיך אבער געלערנט אז מ'האט געזען אז די לב האבן קען זיך צוגיין און מ'קען זיין בשמחה, נאר מ'קען אנפאנגען זאגן "מצוה גדולה להיות בשמחה", מ'קען עס אפטייטשן און זאגן וואספארא ווערטער ס'איז נאר, אבער ווי הרב הצדיק ר' נפתלי מענדלאוויטש האט מגדיר געווען די פרישקייט פון זיידן זכרונו לברכה, די פרישקייט איז געווען א שמחת הנפש, און איך קען אייך זאגן, דער זיידע זכרונו לברכה האט געהאט א פעקל וואס ער האט עס געקענט פארטיילן פאר הונדערט און פאר נאך, און ער וואלט נאך געקענט לעגאל זיין צובראכן און זיצן מיט'ן קאפ אראפ, צובראכענערהייט, און ער וואלט געווען טויזנט פראצענט גערעכט. איך בין קיינמאל נישט געקומען צום זיידע זכרונו לברכה אריין אין צימער צו רעדן מיט אים. וואס ער זאל זאגן, "איך קען נישט יעצט רעדן, איך קען נישט יעצט רעדן, קום מארגן, קום איבערמארגן." ער איז אלעמאל געווען אין א מצב פון פרישקייט, וואס איך רוף שמחת הנפש. א שמחת הנפש וואס ער האט געהאט א סיעתא דשמיא, וואס ער פאלט קיינמאל נישט אריין אין עצבות ומרה שחורה, און ער האט מיר געגעבן די צוואה אז איך וויל אז דער באשעפער זאל זיין מיט מיר, זאל איך זיין בשמחה. האב איך נישט קיין ברירה, מוז איך ארבעטן אויף די מדה פון שמחה.
אבער וואו ווייס איך אויב מיין מדת השמחה ארבעט? אז איך קען מאכן נאך א בחור פרייליך, ווייס איך אז די שמחה ארבעט. אויב די שמחה גייט נישט אריבער אז ס'איז נישט טופח על מנת להטפיח, ווייס איך אז די געשעפט ארבעט נישט. כדי אז מ'זאל זיין בשמחה, מוז מען זיין א משפיע פון שמחה. איז יעדער בחור און יונגערמאן וואס זיצט דא, אויב ער זעצט זיך אוועק און ער זעט אז ער איז אביסל צוקלאפט, גיי ארויס און מאך יענעם בשמחה. אז דו וועסט מאכן יענעם בשמחה, וועסטו שוין אליין זיין בשמחה.
מורי ורבותי, איך וויל עס נישט זאגן בתחינה ובבקשה. נאר איך זעה אז ווען ס'שפילט, די מוזיק שפילט, איך זעה א שמחה וואס קומט ארויס פון די הערצער פון די בחורים. איך רעד דייקא צו די בחורים, די יונגעלייט דארפן די זאכן אויך צו טראכטן, אבער די מינוט ס'הערט אויף, איז אזוי ווי ס'גייט אראפ אזא זאך פון לופט, און ס'ווערט אראפגעגאנגען און ס'בלייבט פלאך.
רבותי, בחורים'לעך טייערע זיסע, "יִשְׂמְחוּ הַשָּׁמַיִם וְתָגֵל הָאָרֶץ". אז מ'וויל מצליח זיין אין לערנען, איז מיט שמחה. אז מ'וויל מצליח זיין אין לעבן, שמחה. אז מ'וויל האבן חיות אין וואס מ'טוט, שמחה. אז מ'וויל טון מצוות ומעשים טובים ווי ס'דארף צו זיין, שמחה. רבותי, ס'איז נישטא מער א יסודית'דיגע ווארט בדורינו ווי די ווארט שמחה, ש' מ' ח' ה'.
זאל דער רבונו של עולם העלפן אז די פרישקייט, אלעס וואס דער זיידע זכרונו לברכה האט געהאט, איז ער מוריש צו זיינע דורות. מוז זיין אז אין די אייניקלעך, אין די משפחה, אין בית המדרש דרייט זיך די פרישקייט, דארף מען האבן שכל זיך מלבוש זיין מיט די זיידע זכרונו לברכה'ס פרישקייט, מיט די כח פון שמחה. דו ווילסט דער רבונו של עולם זאל זיין מיט דיר? זיי בשמחה.
ווען מען דארף האבן א פושקע פון שמחה, און ווען מ'דארף אים צו האבן, דארף מען ארויסנעמען און געבן א שמעק, און ארויסגיין עפעס טון א דבר מצוה פאר יענעם, מחזק זיין יענעם, העלפן יענעם, משפיע זיין צו יענעם, העלפן א שוואכערע מיט א בלאט גמרא, גיין מבקר חולה זיין, וועלגערן מצות, בוי א סוכה, טו א דבר מצוה, איז דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט קענען האבן די השפעה פון שמחה.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז עס זאל זיין א 'קוואל פון שמחה', סייעתא דשמיא, השפעות טובות, א פרישקייט, נישט נאר א פרישקייט צו די צוואנציג, א פרישקייט צו די אכציג, א פרישקייט צו די ניינציג, א פרישקייט צו די הונדערט. ווייל אויב מ'ווייסט אז מ'האט א שליחות פון דעם אייבערשטן אויף די וועלט עפעס אויפצוטון ביי יענעם, דעמאלטס האט מען די כח פון שמחה, וימלא ה' כל משאלותינו לטובה, ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.