בל תהי מצות סוכה קלה, כי כנגד כל מצות... שקולה
מען זאל נישט גרינגשעצן אין די מצוה פון סוכה, ווייל זי איז שקול כנגד אלע מצוות פון די תורה (פיוט ליום ב'), די גמרא אין מסכת ברכות (דף ה:) לערנט אונז אויס אז די עצה וויאזוי מען קען מבטל זיין דעם יצר הרע איז דורך קריאת שמע און לימוד התורה. לויט דעם קען מען זאגן, אז דורך די מצוה פון סוכה קען מען אויך מבטל זיין דעם יצר הרע, היות די מצוה פון סוכה איז דאך שקול כנגד די גאנצע תורה און כנגד קריאת שמע.
דער ענין ליגט שיין מרומז אינעם ווארט סוכה, וואס צעטיילט זיך אין די אותיות ס"ו - כ"ה: די אותיות ס"ו (66) - באטרעפט די צאל ווערטער וואס געפינען זיך אין די ערשטע פסוקים פון אלע חמשה חומשי תורה צוזאמען, און די אותיות כ"ה (52) - איז מרמז אויף די צאל אותיות וואס עס זענען דא אינעם ערשטן פסוק פון קריאת שמע.
(רבינו זצוק"ל - אור דוד)