Skip to content
וברכת - אידיש

א יאר פון ברכה און הודי' פאר דעם באשעפער

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

"מה אשיב לך והכל שלך" - וואו טרעפן מיר די ווערטער צו דאנקען דעם רבונו של עולם אויף דעם וואס ער האט אונז געגעבן די זכיה ארויסצוגעבן די רייכע גליוני "וברכת" במשך א פולן יאר, מידי חודש בחדשו.

מיר דאנקען דיר, טאטע, אויף די סייעתא דשמיא און די געוואלדיגע נשיאות חן וואס דער גליון האט ברוך ה' ביים ציבור, און אויף די גוטע גריסן וואס מען הערט פון איבעראל.

דערצו זענען מיר מתפלל, אז אזויווי עס איז ברוך ה' געווען "תכלה שנה וברכותיה", און אזויפיל אידן האבן דעם יאר תשפ"ו מקיים געווען די מצוה פון זיך וואשן און בענטשן מיט אזויפיל הידור און שמחה, זיי און זייערע משפחות, אזוי זאל זיין "תחל שנה וברכותיה", דאס יאר זאל זיך אנהייבן מיט השפעות, אידן זאלן האבן פרנסה בהרחבה און ווייטער זוכה זיין צו נאך ברכה, ווי די ספרים הקדושים לערנען אונז אז ברכת המזון איז מסוגל דערויף.

די סגולה פונעם "ויגד יעקב" פאר א גוט יאר

פאלגנד איז א מעסעדזש וואס א איד האט איבערגעלאזט: עס האט זיך יעצט אנגעהויבן א נייע יאר, און אידן טוען סגולות צו זוכה זיין צו א גוט יאר. איך בין נארוואס אריין צו א גרויסן איד, א חשוב'ער רב מיט וועמען איך רעד זיך אדורך, כדי צו נעמען א ברכה פארן נייען יאר. רעדנדיג מיט אים, האב איך אים געפרעגט וועלכע סגולה איך קען מקבל זיין אויף זיך פאר א גוט יאר.

ער האט זיך אויפגעשטעלט און ארויסגענומען פונעם שאנק דעם ספר ויגד יעקב, און מיר אויפגעמישט (קונטרס צדה לדרך, אות ב'), און מיר געפרעגט אויב איך וואלט זיך אראפגעזעצט מיט אים אדורכצולערנען א שטיקל אינעם ספר.

דאס שטיקל דארט אינעם 'ויגד יעקב' רעדט וועגן ברכת המזון. ער שרייבט ווי פאלגנד: "מיר האבן געזען חסידים ואנשי מעשה וואס טוען אסאך הכנות צום דאוונען, אבער די 'ברכת המזון' ביי זיי איז אויף א שוואכן אופן, בשפה רפה, נים ולא נים. אבער לויט ווי דער מגיד פון מעזריטש שרייבט, דארף עס צו זיין פארקערט, ווייל ברכת המזון איז דאך דאורייתא.

מען דארף זיך מתבונן זיין אז מיר האבן טאקע נישט קיין כח צו פאסטן תעניתים - וואס מיר וואלטן בעצם געדארפט טון צוליב אונזערע עבירות - אבער דאס וואס מיר קענען יא טון איז, צו זיין נזהר צו בענטשן ברכת המזון מיט כוונה; אפשר וועט דאס זיין א כפרה פאר אונזערע עבירות.

זיי שרייבן דאך אין די ספרים הקדושים אז יעדער מענטש זאל זיך אויסוועלן איין מצוה צו מקיים זיין בכל פרטיה ובכל דקדוקיה און מיט אלע כוחות. דער ספר 'חרדים' פארגלייכט דאס צו איינעם וואס כאפט זיך אן אין א צווייג פון א בוים: אויב ער כאפט זיך אן אין איין צווייג מיט א שטארקייט, וועט ער זיך ווייטער קענען האלטן פעסט; אנדערש איז אויב ער וועט זיך אנכאפן אין אלע צווייגן נאר אביסל, דעמאלט וועט ער נישט האבן קיין קיום.

דעריבער איז מה טוב ומה נעים צו אויסוועלן די מצוה פון ברכת המזון בכוונה, וויבאלד די מצוה איז שוואך און פארלאזט בעוונותינו הרבים, אפילו ביי די וואס זענען מדקדק, ווי עס איז באקאנט פונעם "ספר חסידים" אז א מצוה וואס איז פארלאזט און עס זענען נישטא קיין <<

דורשים דערויף, איז גלייך צו א 'מת מצוה'. בפרט אז די מצוה איז אויך מסוגל אז עס זאל נישט פעלן קיין פרנסה, אזויווי דער ספר החינוך שרייבט.

עד כאן איז וואס דער "ויגד יעקב" שרייבט, וואס דער רב האט געלערנט מיט מיר אינעווייניג. ער האט אויסגעפירט צו מיר: "איך אליין וואלט דיר נישט געקענט זאגן אין וועלכע מצוה זיך צו מחזק זיין און מקיים זיין ביתר שאת, אבער אז דו האסט אזעלכע ווערטער פונעם 'ויגד יעקב' וואס האט אויסגעקליבן אז דאס איז די מצוה וואס מען דארף מקבל זיין אויף זיך, דעמאלט איז דאס מה טוב ומה נעים, וואס קען דען זיין בעסער?"

ווען מען איז מדייק אינעם שטיקל, זעט מען, אז ער גיט די מצוה פון ברכת המזון אנשטאט תעניתים.

אין די פריערדיגע דורות האט מען געוואוסט פון תעניתים, סיגופים וכדו', אבער פאר די היינטיגע זמנים - זאגט אונז דער "ויגד יעקב" אז ניין, אדרבה, עס מיט הנאה, נאר לייג צו א בענטשן צום אייבערשטן. קלויב דיר אויס די מצוה זי מקיים צו זיין מיט אלע כוחות, און זיי זוכה צו השפעות, חסדים און רחמים. ■

More in this printout

View the whole printout