לכבוד די מערכת "וברכת", יישר כח פאר אייער מורא'דיגע ארבעט.
עס איז באקאנט א טייטש פון צדיקים אויפן פסוק "והיו הדברים האלה... על לבבך" די ווערטער זאלן ליגן אויף דיין הארץ; זיי זאלן דארט ליגן, און ווען עס וועט קומען די ריכטיגע צייט, וועט זיך דאס הארץ עפענען און עס וועט אריינגיין אין דיר.
איך ליין אסאך, און זעענדיג דעם גליון "וברכת" האב איך עס צוגעלייגט צו מיין ליסטע און אנגעהויבן דורכליינען יעדן חודש. לעצטנס האב איך זיך געטראפן מאכן שינויים לטובה אין מצות ברכת המזון: איך האב אנגעהויבן אויסצולעשן דעם טעלעפאן בשעת'ן בענטשן, און איך בענטש מיט א היט אויפן קאפ.
א צייט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו דארפן גיין צו א ביזנעס מיטינג. איך האב פארדעם געוואלט עפעס עסן, האב איך זיך געוואשן אין קאר און געגעסן. אינמיטן עסן האב איך א קוק געגעבן אויפן זייגער און געזען אז עס איז שוין שפעט. איך האב מחליט געווען אז איך וועל קודם גיין צום מיטינג און נאכדעם וועל איך בענטשן.
עס איז מיר אבער אריבער א צווייטע מחשבה: עס איז דאך נישט אויסגעהאלטן, איך וועל זיך זוכה זיין צו די הבטחה פונעם ספר החינוך אז א איד זאל צוזאמעננעמען די קינדער ביי די סעודת שבת, פאר'ן בענטשן, און זאגן א "לשם יחוד" מיט א געשמאק און א שמחה; זאגן פאר די קינדערלעך ווי שיין עס וואלט געווען ווען מיר קענען אלע בענטשן צוזאמען אינעווייניג מיט שמחה און דאנקען דעם אייבערשטן. דאס אליין וואלט געברענגט א שטארקע התעלות פאר די שבת'דיגע סעודה.
האב איך געטראכט אז מ'דארף דאס מפרסם זיין; דאס איז אן אמת'ע און ריכטיגע נקודה וואס אסאך וועלן זיכער צוכאפן דערצו, כדי אריינצוברענגען א שענערע לעכטיקייט אין שבת קודש, דורך דעם וואס מ'וועט זיך פארנעמען יעצט אינעם נייעם יאר צו בענטשן אינאיינעם מיט די קינדער מיט א געשמאק און א הודאה פארן אייבערשטן.
ח.ב.ג. - מאנסי