לכבוד מערכת "וברכת" הע"י,
אין די צייטן פונעם ווילנער גאון זי"ע (יא"צ ד' דחוה"מ) האט געוואוינט אין די שטאט טעלז, א געהויבענער צדיק מיטן נאמען רבי לייב, וועמען מען האט גערופן "רבי לייב חסיד". דאס איז געווען צוליב זיינע געהויבענע און הייליגע הנהגות וואס ער האט זיך געפירט.
ווען רבי לייב'ס טאכטער איז געקומען אין די יארן פון שידוכים, האט ער געוואלט זוכן פאר איר א חשוב'ן בחור, א מתמיד און ירא שמים.
ווי דער שטייגער אין יענע צייטן, האט ער זיך געגרייט צו מאכן דעם וועג צו א ישיבה, כדי צו רעדן אין לערנען מיט די בחורים, און זען וועלכער בחור איז דאס מערסטע פאסיג פאר זיין טאכטער. ער האט באשלאסן צו פארן קיין ווילנא, וואס איז דעמאלט געווען דער תורה צענטער פון אייראפע, האפנדיג דארט צו טרעפן דעם באשערטן פאר זיין טאכטער.
אנקומענדיג קיין ווילנא, איז ער צום ערשט אריין אינעם הויז פונעם ווילנער גאון זי"ע, זיך צו באגריסן. ווען ער איז אריינגעקומען, האט דער ווילנער גאון געהאלטן אינמיטן בענטשן. ווען ער איז אנגעקומען צו די ווערטער "ומכל טוב לעולם אל יחסרנו", האט ער אים געוויזן מיט די הענט אז ער זאל ענטפערן אמן, ווייל דארט ענדיגט זיך די פערטע ברכה פון בענטשן.
נאכן ענדיגן בענטשן האט דער ווילנער גאון אים געפרעגט פארוואס ער איז געקומען, האט ער געענטפערט אז ער איז געקומען זוכן א שידוך פאר זיין טאכטער. דער גאון האט אים ווארעם אנגעוואונטשן אז ער זאל טרעפן א חשוב'ן בחור פאר זיין טאכטער און אים אפגעזעגנט.
ווי נאר ער איז ארויס פונעם ווילנער גאון'ס הויז, האט ער גלייך געהייסן דעם בעל עגלה זיך אויסצודרייען, זאגנדיג אז מען פארט שוין צוריק אהיים.
ווען ר' לייב חסיד איז אנגעקומען אהיים פריער ווי געראכטן, איז עס געווען א גרויסער וואונדער ביי זיין פאמיליע און באקאנטע, זיי האבן אים באפאלן מיט קשיות: וויאזוי האט ער מצליח געווען צו טרעפן אזוי שנעל א פאסיגן שידוך? ווער איז דער חשוב'ער חתן וואס זייער טאכטער האט זוכה געווען צו באקומען?
אנשטאט ענטפערן אויף זייערע פראגעס האט ער געבעטן מען זאל באלד צוזאמרופן אלע זיינע באקאנטע פאר א סעודה. זיי האבן פארשטאנען אז ער האט צו מעלדן א פרייליכע בשורה, און זיי האבן זיך גענומען באקן ברויט און קאכן געשמאקע מאכלים פאר א סעודת מצוה.
צו זייער גרויסע וואונדער: "לשמחה מה זו עושה?" האט רבי לייב געזאגט אז זיי וועלן אלעס געוואויר ווערן בשעת די סעודה, וואו ער וועט מגלה זיין דעם סוד. כאטש עס האט ארויסגערופן גרויס וואונדער ביי אלע זיינע באקאנטע, האבן זיינע משפחה מיטגלידער געטון וואס ער האט געבעטן און צוגערישט א הערליכע סעודת מצוה.
מען האט זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה כיד המלך, וואו עס האט געהערשט א געהויבענע אטמאספער. פארן בענטשן האט ר' לייב זיך אויפגעשטעלט און אויפגעטרעטן מיט א פאר קורצע ווערטער, זאגנדיג:
"רבותי, ווי איר ווייסט בין איך געפארן קיין ווילנא צו טרעפן א פאסיגער שידוך פאר מיין טאכטער. אנקומענדיג קיין ווילנא בין איך צום ערשט אריין צום ווילנער גאון. אריינקומענדיג האב איך געהערט ווי ער האלט אינמיטן בענטשן. אנקומענדיג צו די ווערטער 'ומכל טוב לעולם אל יחסרנו' האט ער מיר געווינקען אז איך זאל ענטפערן 'אמן'.
"איך האב דאן געמאכט א חשבון: דער חתן וועט דאך נישט אנטלויפן, אבער יעדן טאג וואס איך האלט זיך אויף אוועק פון שטוב, עסן מיינע חברים און בענטשן ברכת המזון, און זיי פארלירן דעם 'אמן', ווייל זיי ווייסן דאך נישט דאס וואס איך האב געהערט פונעם ווילנער גאון - אז דא ענדיגט זיך א ברכה.
"דערפאר האב איך מחליט געווען אז צום ערשט וועל איך אהיימפארן און מודיע זיין פאר אלע מיינע באקאנטע, אז מען קען אריינכאפן נאך אן 'אמן', און ווען די געלעגנהייט וועט אונטערקומען וועל איך צוריקגיין קיין ווילנא זוכן א שידוך פאר מיין טאכטער."
מזכה זיין אנדערע מיטן אמן
ווען מיר בענטשן ברכת המזון מילה במילה אויפן קול, איז איינס פון די רווחים וואס מיר פארדינען, אז מען קען מזכה זיין אנדערע מיט אן 'אמן'. מיר קענען זיך נישט משער זיין די חשיבות פון דעם און דעם גרויסן אוצר פון שפע וואס מיר באקומען דערפאר.