Skip to content
וברכת - אידיש

די השפעה אויף די גאנצע משפחה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

זענען מיר בעזרת ה' דא מיט א פרישן שיעור אין ברכת המזון. אבער רבותי, פאר מיר הייבן אן דעם שיעור, וויל איך דא פארלייענען א מעסעדזש וואס א איד האט געלאזט:

"רב מלאך, איך בין לעצטנס איינער פון די משתתפים פון די שיעורים, און איך בין זיך פשוט מחי' מיט זיי. איך וויל איר זאלט וויסן וואס עס גייט פאר ביי מיר אין שטוב די לעצטיגע טעג. איך און מיין פרוי זענען ביידע נתעורר געווארן פון די שיעורים אויף ברכת המזון, און מיר האבן ביידע אנגעהויבן בענטשן ברכת המזון מיט כוונה פון אינווייניג. וואס זאל איך אייך זאגן? אונזער שטוב איז אינגאנצן געטוישט געווארן!

"מיר האבן נישט גערעדט צו אונזערע קינדער דערוועגן, אבער אז זיי האבן געזען אז מיר בענטשן אזוי, האבן זיי זיך אויך גענומען צו די עבודה. ווען עס קומט היינט צו א נאכטמאל, איז ממש א מחי' צו זען דעם בילד: די גאנצע משפחה זיצט צוזאמען מיט בענטשערליך און מען דאנקט דעם אייבערשטן בקול רם.

"עס האט זיך געמאכט לעצטנס אז א קרוב איז אריין צו אונז אין שטוב, און זענדיג אז דער עולם בענטשט, האט ער צוגעווארט ביז נאכן בענטשן. זיין ערשטע שאלה איז געווען אויב היינט איז עפעס א יום טוב אדער א סיום אז יעדער בענטשט אזוי. 'יא, עס איז א סיום', האב איך אים געזאגט, 'א סיום אויף די התרשלות אין די מצוה פון ברכת המזון. מיר עסן ברוך ה' א גאנצע וואך צום זעט, און מיר זענען מקיים דעם "ואכלת ושבעת", יעצט האבן מיר משלים געווען דעם "וברכת" איז עס דען נישט קיין סיום של מצוה?'"

דוגמא אישית: דער 'סעמפל' וואס רעדט אן ווערטער

לעבעדיגע קינדער. דאס לייגן שלאפן די קינדער האט געווענליך גענומען עטליכע שעה; זיין בני בית האט געדארפט אסאך אריינארבעטן דערין, און עס האט איר געקאסט כוחות עצומות.

איין טאג זאגט דער אינגערמאן פאר זיין פרוי: "עס קומט זיך דיר א באלוינונג, היינט קענסטו ארויסגיין אביסל זיך אויסלופטערן מיט דיינע שוועסטער, און איך וועל לייגן די קינדער שלאפן." זי איז געווען מלא שמחה און האט אים נישט אויפגעהערט דאנקען פאר אזא שיינעם 'מתנה' פון זיין זייט.

זי קומט אהיים איינס אזייגער באנאכט, ערווארטנדיג צו טרעפן אלע קינדער שלאפן רואיג. דערווייל, ווי נאר זי עפנט אויף די טיר, הערט זי קולות; די שטוב איז איבערגעקערט, די קינדער זענען פארנומען מיט זייערע שפילערייען, יעדעס ווינקל איז קאפ-אויף-אראפ, און נאר איינער שלאפט רואיג: איר מאן... ער שלאפט ווי גארנישט וואלט פאסירט.

זי האט אליין אנגעהויבן די ארבעט פון לייגן די קינדער שלאפן, און ענדליך פיר אזייגער פארטאגס האט זי זיך געזען גרייט אליין צו גיין שלאפן.

ווען זי האט שפעטער געפרעגט איר מאן דערוועגן, איבער אזא סארט "איבערנעמען די שטוב", האט ער איר געענטפערט: "הער זיך צו, איך הער לעצטנס אסאך חינוך שיעורים, און רוב רעדנער וואס איך האב געהערט האבן ארויסגעברענגט אז עס איז זייער וויכטיג צו זיין א 'דוגמא אישית'. דהיינו, נישט רעדן צו די קינדער אזויפיל וואס צו טון, נאר זיין א 'סעמפל' פאר זיי. וויאזוי איז מען א סעמפל? מען פירט זיך אליין אויף גוט, וועלן די קינדער זיך אויך אזוי פירן און גיין אין די גוטע וועגן.

"נו, האב איך מחליט געווען אז אנשטאט איך זאל רעדן מיט זיי וועגן גיין שלאפן אין צייט, וועל איך זיין א דוגמא פאר זיי: איך האב זיך אליין געלייגט שלאפן צו זיין נישט נאר א 'נאה דורש' נאר אויך א 'נאה מקיים'. איך האב געוואוסט אז אזוי וועלן זיי מיר נאכטון און אויך גיין שלאפן אין צייט..."

"עס איז אבער נישט געלונגען!" האט זי אים צוריקגעטענה'ט, "גיב א קוק, דו ביסט פיין געשלאפן, אבער זיי זענען אויפגעבליבן און איבערגעקערט די גאנצע שטוב דא!"

"עס מיינט נישט אז די מעטאד ארבעט נישט," האט ער געענטפערט, "עס ארבעט באמת יא. נאר לויט ווי די מחנכים טענה'ן, קען עס נעמען צייט ביז עס הייבט אן צו ארבעטן..."

צוריק צו דעם בריוו וואס דער איד שרייבט: עס זעט אויס אז ביי בענטשן ארבעט יא צו זיין א סימבאל. אז מען איז אליין מקיים די מצוה ווי עס דארף צו זיין, מאכט דאס א רושם אויף די קינדער.

באמת ווערט אזוי געברענגט פונעם 'ישמח ישראל' פון אלכסנדר, וואס האט אמאל געזאגט פאר א איד וואס האט זיך באקלאגט אז זיין זון האט נישט קיין געדולד צו בענטשן: "בענטש דו ערליך, וועסטו זען אז דיין זון וועט אויך בענטשן."

די שפראך פון אמונה: ווער גיט טאקע פרנסה?

נאך א נקודה וואס דער איד האט ארויסגעברענגט אינעם מעסעדזש, איז איבער נאך א מורא'דיגע תועלת וואס ער האט געהאט דורך ברכת המזון.

די שפראך היינט אויפן גאס איז נישט קיין אידישע שפראך. דהיינו, עס מאכט זיך זייער אפט אז מען טרעפט זיך מיט חברים אין גאס, מען ברענגט ארויף א נאמען און מען דיסקוסירט אז יענער האט געמאכט געלט.

איינער פרעגט: "וויאזוי האט ער געמאכט געלט?" ענטפערט איינער: "עס איז אים געווען באשערט." זאגט א צווייטער: "ניין, הער אויף, יעצט ענטפער 'נארמאל', וויאזוי האט ער באמת געמאכט דאס געלט?"

איז די עכטע וועג און דער ריכטיגער ענטפער: ער האט געמאכט געלט ווייל עס איז אים באשערט! איינמאל עס איז אים באשערט, וועלן שוין זיין פיל וועגן וואס וועלן ביי אים ארבעטן ער זאל מאכן געלט. א צווייטער, וועמען עס איז נישט באשערט קיין געלט, קען פראבירן דאס זעלבע איינמאל און א צווייטע מאל, אבער ביי אים וועט עס נישט ארבעטן. פארוואס? ווייל ביי אים איז עס נישט באשערט.

אדער קען מען הערן היימישע אידן ניצן אן אויסדרוק: "איך האב מיט מיינע צען פינגער געבויט דעם ביזנעס און עס אוועקגעשטעלט." - דאס איז נישט קיין אידישע וועג פון רעדן. דיינע הענט האבן דען כוחות? זיי קענען אליין עפעס טון? נאר דאס קומט פונעם גויאישן גאס אריין צו אונז.

דאס בענטשן איז ביי אונז א שיעור אין אמונה ובטחון צו טראכטן ריכטיג אז "הוא נותן לחם"

More in this printout

View the whole printout