Skip to content
וברכת - אידיש

קליינע שינויים - גרויסע התעלות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

לכבוד מערכת "וברכת",

קודם כל וויל איך אייך באדאנקען פאר די הערליכע ארבעט אינעם גליון וואס קומט ארויס מדי חודש בחודשו, איבער דעם גרויסן ענין פון ברכת המזון.

איך האב נאר געוואלט מזכה זיין אנדערע מיט א נקודה: דעם פארגאנגענעם שבת האב איך פארברענגט מיט'ן גרויסן מגיד מישרים רבי שמעון שפיטצער שליט"א, וואו ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון א סעודת שבת און וויאזוי יעדער איד דארף האבן א שאיפה און שטרעבן ארויפצוגיין אין התעלות מיט'ן גאנצן אויסזען פון זיין שבת.

נאכ'ן ארומרעדן אין די ענינים האט ער געזאגט, אז די עצת היצר איז אז מען זאל וועלן מאכן גרויסע שינויים אויף איינמאל, אבער פונעם אידישן פערספעקטיוו ברענגט יעדע קליינע שינוי לטובה ארויף א התעלות.

דער ערשטער משל וואס ער האט געגעבן איז, אז א איד זאל צוזאמעננעמען די קינדער ביי די סעודת שבת, פאר'ן בענטשן, און זאגן א "לשם יחוד" מיט א געשמאק און א שמחה; זאגן פאר די קינדערלעך ווי שיין עס וואלט געווען ווען מיר קענען אלע בענטשן צוזאמען אינעווייניג מיט שמחה און דאנקען דעם אייבערשטן. דאס אליין וואלט געברענגט א שטארקע התעלות פאר די שבת'דיגע סעודה.

האב איך געטראכט אז מ'דארף דאס מפרסם זיין; דאס איז אן אמת'ע און ריכטיגע נקודה וואס אסאך וועלן זיך זיכער צוכאפן דערצו, כדי אריינצוברענגען א שענערע לעכטיגקייט אין שבת קודש, דורך דעם וואס מ'וועט זיך פארנעמען יעצט אינעם נייעם יאר צו בענטשן אינאיינעם מיט די קינדער מיט א געשמאק און א הודאה פארן אייבערשטן.

ח.ב.ג. - מאנסי

More in this printout

View the whole printout