צען טויזנט דאלאר אין איין טאג
לכבוד "וברכת",
איך וויל פארציילן וואס עס האט פאסירט מיט מיר אין שייכות מיט מצות ברכת המזון.
מיט יארן צוריק האב איך אמאל געזען ברענגען פונעם "ספר החינוך" וואס רעדט וועגן ברכת המזון, און ער זאגט דארט מורא'דיגע ווערטער: אז ווער עס בענטשט בכוונה, איז ער פארזיכערט אז עס וועט אים נישט פעלן קיין פרנסה.
זעענדיג אזעלכע קלארע ווערטער, האב איך זיך גענומען צו די מצוה פון ברכת המזון, און פאר אסאך יארן האב איך טאקע געבענטשט מיט כוונה, און איך האב טאקע געהאט הצלחה ברוך ה' דורך די יארן, פונקט ווי עס שטייט אויף ברכת המזון.
א צייט צוריק בין איך געווארן פארשלעפט מיט טירדות, און איך האב אויפגעהערט צו בענטשן רוב טעג פון די וואך. למעשה בין איך לעצטנס אריבער אסאך שוועריקייטן אין פרנסה.
מיט א שטיק צייט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זען אייער גליון "וברכת", וואו איך האב געליינט איבער די גרויסקייט פון ברכת המזון. איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך בענטש נישט אינמיטן וואך, אבער איך וויל דאך זוכה זיין צו די הבטחה פונעם ספר החינוך און צו אלע ברכות וואס קומען מיט ברכת המזון. האב איך זיך אפגעמאכט מיט א פעסטע קבלה אז מען הייבט בעזר ה' אן ווידער מקיים צו זיין מצות ברכת המזון ווי עס דארף צו זיין.
געזאגט און געטון. נאך יענעם טאג האב איך זיך געוואשן אינדערפרי און ביי נאכטמאל. נאך יענעם זעלבן טאג האב איך געמאכט א סכום פון צען טויזנט דאלאר דורך א גוט געשעפט!
די ברכה האט ממשיך געווען און איך בין ברוך ה' ווייטער מצליח. זאל דער אייבערשטער אייך ווייטער העלפן איר זאלט קענען ממשיך זיין מזכה צו זיין דעם רבים און מפרסם זיין די גרויסקייט פון מצות ברכת המזון.
יואל הלוי וו. - בארא פארק