Skip to content
וברכת - אידיש

פארגעסן צו עסן אדער פארגעסן צו בענטשן?

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער אייבערשטער גיבט יעדעם צו עסן, ער זארגט און ער איז מפרנס יעדן איינעם.

מיר האלטן דאך יעצט פארן יום טוב, ווען מען וועט מקיים זיין די מצוה פון ברכת המזון פילע מאל, איין סעודה נאך די צווייטע, און צוליב דעם קען עס אמאל ווערן ווי א חלק פונעם סעודה-רוטין אן צולייגן באזונדערע מחשבה. עס איז אבער ריכטיג צו געדענקען, אז יעדעס מאל וואס מען בענטשט איז דאס א געוואלדיגע זכיה פאר זיך, און מען דארף צולייגן צו דעם התבוננות און מחשבה.

פארגעסן צו עסן אדער פארגעסן צו בענטשן?

אינעם ספר "שאל אביך ויגדך" ברענגט דארט הגאון רבי שלום שבדרון זצ"ל, אז עס איז געווען א צדיק אין ירושלים, זיין נאמען איז געווען רבי יעקב דזלינער זצ"ל. דער רבי יעקב האט מקיים געווען אלעס וואס עס שטייט מיט אלע דקדוקים און הידורים.

עס מאכט זיך איין טאג, ער קומט אריינצולויפן צום דעמאלטיגן גאב"ד פון ירושלים, הגאון רבי שמואל סאלאנטער זצ"ל, אינגאנצן פארדאגה'ט; ער האט א שווערע שאלה.

הגאון רבי שמואל האט אים געהייסן זיך אוועקזעצן און זאגן וואס עס דריקט אים. "רבי," זאגט ער, "נעכטן באנאכט האב איך ליידער פארגעסן צו בענטשן ברכת המזון. וואס טוט מען יעצט?" האט ער געפרעגט מיט זארג. עס איז שוין אריבער שיעור עיכול, ער קען שוין נישט איבערבענטשן, ער האט ליידער פארפאסט א מצות עשה, אזעלכע הייליגע ברכות מן התורה... "וואס טוט מען דא?"

"גיי שנעל אהיים," האט רבי שמואל אים געענטפערט. "קוק דיך גוט ארום אין קאך וואו דו האסט געגעסן, זע אויב דו טרעפסט דארט דאס ברויט וואס דו האסט אנגעגרייט זיך צו וואשן און בענטשן נעכטן, און דערנאך קום צוריק צו מיר."

רבי יעקב קוקט אים אן פארוואונדערט: וואס הייסט ער זאל גיין זוכן ברויט פון נעכטן? ער האט דאס דאך שוין געגעסן נעכטן, און טאקע דערפאר איז ער יעצט אהערגעקומען פרעגן די שאלה.

"איך זאג אייך," האט דער ירושלימער רב אים געזאגט, "קודם גייט כאפט א בליק און זוכט אויף דעם ברויט, און דערנאך וועט מען רעדן ווייטער וואס איר קענט יעצט טון."

יעצט רבותי, היינט ווען מען זאגט פאר א מענטש ער זאל אויפזוכן ברויט וואס ער האט אנגעגרייט נעכטן, וואלט ער נישט געוואוסט וואס צו טון; דער פריזער איז דאך אנגעפילט מיט ברויטן פון אלע סארטן, מען גרייט גארנישט אן ספעציעל פאר היינט אדער פאר מארגן. עס גיסט זיך בשפע און מען ווארפט אוועק ווען עס בלייבט איבער.

אבער אמאל איז נישט געווען אזוי. מענטשן, ספעציעל אין ירושלים, האבן ממש געהונגערט. יעדע שטיקל ברויט האט געהאט א חשבון; מען האט געוואוסט וואס עס איז פאר היינט און וואס עס איז פאר מארגן, וויפיל מען קען עסן און וויפיל מען דארף זיך צוריקהאלטן ווייל מארגן וועט מען נישט האבן.

דעריבער, ווען דער ירושלימער רב האט אים געזאגט ער זאל גיין זוכן דאס ברויט, האט ער טאקע נישט פארשטאנען פארוואס, אבער ער האט געוואוסט אז טרעפן דעם ברויט קען מען.

נו, וואס מיינט איר איז טאקע געווען? ער האט געטראפן דאס נעכטיגע ברויט! עס האט זיך אויסגעשטעלט אז ער האט פשוט פארגעסן בכלל צו עסן נעכטן. ער האט טאקע נישט געבענטשט, אבער נישט ווייל ער האט פארגעסן צו בענטשן, נאר ווייל ער האט פארגעסן צו עסן.

ער איז צוריקגעקומען מיט א גרויסע שמחה צום רב זאגן אז ער האט, ברוך ה', טאקע נישט פארגעסן צו בענטשן און אלעס איז גוט.

מען האט שפעטער געפרעגט רבי שמואל סאלאנטער: "פון וואו האט איר געוואוסט אז רבי יעקב האט נישט געגעסן?" האט ער געענטפערט: "איך קען דאך רבי יעקב; אז ער זאל פארגעסן צו עסן, אויף דעם איז ער מסוגל, אבער אז ער זאל פארגעסן צו בענטשן ברכת המזון? דאס איז ביי אים נישט שייך. דאס האב איך פארשטאנען אז עס קען זיכער נישט זיין."

טייערע אידן, עס קומט יעצט אזא שיינע יום טוב. מען גייט זיצן אינאיינעם מיט די משפחה, מען גייט זיך וואשן נטילת ידים. לאמיר צולייגן מחשבה צו דעם וואס מיר טוען.

לאמיר געדענקען אז מיר זענען מקיים די הייליגע מצוה פון נטילת ידים, וואס בשעת שלמה המלך האט דאס מתקן געווען איז ארויס א בת קול: "אם חכם בני ישמח לבי גם אני". שפעטער ביים בענטשן, לאמיר אריינברענגען א געשמאק אין דעם בענטשן, זאגן די ווערטער אויפן קול און מיט כוונה, עס זאל זיין א "למען ידעו דורותיכם" פארן גאנצן יאר, מקיים צו זיין די מצוות און ברכות דאורייתא מיט חשק און געשמאק.

האט א פרייליכן יום טוב!

More in this printout

View the whole printout