Skip to content
וברכת - אידיש

על חקך

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

שו"ת בהלכות נטילת ידים וברכת המזון

זיך וואשן חול המועד

שאלה: צי דארף מען זיך וואשן אויף ברויט חול המועד?

תשובה: עס ווערט געברענגט להלכה אז מען זאל זיך וואשן יעדן טאג חול המועד, איינמאל בייטאג און איינמאל ביינאכט. עס איז אבער נישט קיין חיוב גמור אזויווי די סעודות פון שבת און יום טוב, נאר עס איז א מצוה.

בענטשן חוה"מ אויף א כוס

שאלה: צי איז דא אן ענין חול המועד צו זאגן ברכת המזון אויף א כוס, אזויווי שבת און יום טוב?

תשובה: חול המועד ווערט געברענגט אז מען זאל טרינקען וויין, דערפאר זאל מען אויך ביי ברכת המזון – אויב מען קען – מאכן ברכת המזון אויף א כוס.

א טעות מיטן ברכה 'לישב'

שאלה: אויב מען האט געמאכט די ברכה "לישב בסוכה" און מען האט געזאגט "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם לישב בסוכה", אבער מען האט אויסגעלאזט די ווערטער "אשר קדשנו במצוותיו וצונו", צי האט מען יוצא געווען?

תשובה: מען האט נישט יוצא געווען, און מען דארף איבערמאכן די ברכה.

איבערמאכן ברכת המוציא

שאלה: אויב עס רעגנט און מען גייט ארויס פון די סוכה אינמיטן די סעודה און מען וויל ווייטער עסן אינדערהיים, און די סוכה איז ווייט פון די הויז אזוי אז מען קען נישט זען די הויז פון דארט, צי דארף מען איבערמאכן די ברכה "המוציא" ווען מען וויל ווייטער עסן?

המשך אויף עמוד ו'

More in this printout

View the whole printout